תוכן השאלה
איך דאנק אייך אויף די ווארעמע שיעורים, און אויפ'ן אוועקגעבן צייט צו ענפערן שאלות.
איך האב געוואלט פרעגן לגבי ראש השנה. די מענער ביי אונז פארן אלע אין אומאן ב"ה, און אונז בלייבן אין שטוב אלע פרויען מיט די קינדער. און ווי פארשטענדליך שפירט מען נישט אזא שטארקע ערנסקייט אן א טאטע וואס פירט דעם יום טוב, אן דברי תורה, און אזוי ווייטער. און מיר דארפן נאך אכטונג געבן אויף אלע קינדער.
איך פריי זיך אויף די זכיה אז מען פארט אויף אומאן און מען פאלגט דעם רבי, אבער איך שפיר אזוי ווי מיין ר"ה ווערט אביסל אזוי "קלות דעת".
אויב דער ראש ישיבה קען מיר מחזק זיין אין דעם.
יישר כוח.
רבקה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו שיקסט דיין מאן מיט שמחה קיין אומאן אויף ראש השנה צום הייליגן רבינ'ס ציון.
ר' אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "די גאנצע וועלט שרייט ראש השנה "המלך" אבער די הכתרה איז אין אומאן"; און דערפאר פירן מיר זיך צו קלאטשן ביי "המלך", ווייל דער רבי לערנט אונז אויס אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און וואס מען דארף זאל מען נאר פון אים בעטן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "נאר איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און איך האב עס באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, און ווער עס גלייבט און מיר זאל מאכן א 'כרוז' אז אלע דארפן זיין ביי מיר אויף ראש השנה".
אמאל האט איינער געזאגט פארן רבי'ן אז עס איז אים שווער צו קומען אויף ראש השנה, ווייל ער האט נישט וואו צו עסן און ער האט נישט קיין געהעריגע פלאץ וואו צו שלאפן, א צווייטער האט זיך אפגערעדט פארן רבי'ן אז ער קען נישט געהעריג דאווענען ווען ער קומט קיין אומאן אויף ראש השנה, האט דער רבי געזאגט מיט דעם לשון: "יא עסן - נישט עסן, יא שלאפן – נישט שלאפן, יא דאווענען – נישט דאווענען, דער עיקר אז מען זאל זיין ביי מיר אויף ראש השנה" (חיי מוהר"ן, סימן תד).
דערפאר דארפסטו זיין זייער פרייליך אז דיין מאן פארט צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און ער וועט זיכער אהיים ברענגען ישועות פאר די גאנצע משפחה.
בנוגע וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט נישט יום טוב'דיג אן דיין מאן; דאנק דעם אייבערשטן אז א גאנץ יאר האסטו א מאן וואס פירט א שיינעם טיש און זאגט דברי תורה וכו', און יעצט ראש השנה זאלסטו פרובירן צו מאכן שיינע סעודות, גרייט דיר אן שיינע מעשיות צו פארציילן פאר דיינע קינדער; קינדער דארפן נישט קיין תורות, קינדער דארפן מעשיות, און אויב מען וויל האבן א שיינע שבת טיש, א שיינע יום טוב טיש - דארף מען זיך אנגרייטן שיינע מעשיות פון צדיקים, ווייל דאס האלט די קינדער רואיג און געלאסן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.