תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א.
יישר כח פאר מיין לעבן, און א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס דער ראש ישיבה געבט מיר כסדר.
איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה, איך האב אנגעהויבן א נייע פרנסה לעצטנס, און איך הייב אן ארבעטן זיבן א זייגער אינדערפרי, און איך קען נישט גיין אין שול דריי מאל א טאג, וואס זאל איך טון?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן אין דאווענען די דריי תפילות דריי מאל א טאג מיט מסירת נפש, ווייל שחרית, מנחה און מעריב - דאס איז דער פארעם וואס האלט דעם מענטש ער זאל בלייבן א איד, ער זאל בלייבן צוגעבינדן צום אייבערשטן.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): "די דריי תפילות ווערן אנגערופן מחנה ישראל, דאס שטארקט דעם מענטש צו בלייבן ביים אייבערשטן", און דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן, האט דער אייבערשטער געמאכט א נס, עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג, ביז דער בארג איז אים אריין געפאלן אויפ'ן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פוס און אים גע'הרג'עט. זאגט דער רבי, עוג מלך הבשן - דאס איז דער יצר הרע וואס ער האט פיינט יעדן איד, ער וויל הרג'נען יעדן איד, ער זוכט אויסצורייסן פון אונז די דריי תפילות און דורכדעם אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל, "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", פרסי איז א לשון פון דאווענען די דריי תפילות, דאס איז מחנה ישראל.
איך בעט דיר זייער זאלסט רעדן צו דיין בעל הבית און אים זאגן אז ער מוז דיר געבן צייט צו גיין דאווענען די דריי תפילות, על פי רוב ווען א בעל הבית זעט אז דער ארבעטער וויל דאווענען - וועט ער אים לאזן, ער וועט זיך פרייען צו זען אז זיין ארבעטער האט יראת שמים. די בעלי בתים זוכן אינגעלייט מיט יראת שמים, ווייל נאר די וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן ארבעטן געטריי, די בא'גנב'ענען נישט; זאלסטו אים קלאר זאגן: "איך בין א איד, פונקט אזוי ווי איך ארבעט נישט שבת, אזוי אויך דארף איך האבן יעדן טאג צייט צו דאווענען", ער וועט דיר זיכער לאזן.
אויב ער וויל דיר נישט געבן צייט צו דאווענען - ווייסטו אליינס וואס דו האסט צו טון; לאז אים זוכן אנדערע עבדים, זאל ער א צווייטן אויסקעוועטשן צום טויט, דו וועסט טרעפן א גרינגערע ארבעט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.