תוכן השאלה
לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס געבן אונז כסדר חיזוק און עצות אויף יעדע זאך, ב"ה אז בזכות דעם ווייסן מיר ווי אזוי צו לעבן אן אמת'ע לעבן.
ספעציעל וויל איך באדאנקען אויף דעם וואס איך האב געקענט אריינקומען מיט מיין מאן זיך דורכצושמועסן מיט'ן ראש ישיבה, און אויף דעם בריוו מיט די תפלה וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן צו מיין מאן אז איך זאל עס זאגן יעדן טאג. איך פרוביר צו זאגן די תפלה כאטש איין מאל יעדן טאג, און אמאל אויך מער, און ב"ה אז איך פיל אז מיינע פחדים און שרעקעדיגע מחשבאות ווערן בעסער און בעסער, איך לעב מער מיט א קלארע אמונה ווי פריער.
אין די תפלה שטייט די ווערטער "איך פיל ווי איך האלט עס נישט אויס מער", אבער יעצט שפיר איך שוין נישט צו זאגן די ווערטער, ווייל עס איז שוין אסאך בעסער, און איך בעט ווייטער אז עס זאל אינגאנצן אוועקגיין.
איך קען נישט גענוג זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס.
א גרויסן יישר כח.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי מיר זייער צו הערן אז איר שפירט זיך שוין בעסער און איר זענט שוין אסאך מער רואיגער ווי ווען איר זענט געווען ביי מיר מיט אייער מאן נרו יאיר.
איך האב אייך געשריבן א תפלה וואס צו זאגן לויט וואס איך האב געהערט פון אייך ווי איר זאגט אז איר לעבט אין שרעק, איך האב געשריבן די תפילה לויט אייער מצב פון דעמאלט, אבער יעצט אז איר שרייבט מיר אז אייערע מחשבות ווערן בעסער און בעסער, עס האלט שוין ביי דעם אז איר קענט מער נישט זאגן פארן אייבערשטן: "איך פיל ווי איך האלט עס מער נישט אויס", ווייל איר פילט מער נישט אזוי, אייער אמונה איז שוין שטערקער, וועל איך אייך שרייבן א נייע תפילה וואס צו בעטן.
לייגט אוועק די אלטע בריוו מיט די תפילה וואס איך האב אייך געשריבן כדי איר זאלט קיינמאל נישט פארגעסן די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך און וועט ווייטער טון מיט אייך, אז אויב איר וועט אמאל דארפן פועל'ן א ישועה זאלט איר זען קלאר מיט אייערע אויגן וואס מען קען אלץ פועל'ן מיט תפילה, איר וועט קענען מחזק זיין נאך מענטשן און זיי לאזן וויסן וואס געשעהט ווען מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות אויף די אייגענע שפראך, ווי ער העלפט יעדן איינעם.
דא שרייב איך אייך די תפילה:
רבונו של עולם, יישר כח פאר מיין לעבן! איך דאנק דיר אז איך האב אזא גוטע מאן וואס ער איז אזוי ערליך און אזוי גוט צו מיר; איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר מיינע לעכטיגע זיסע קינדער וואס דו האסט מיר געגעבן. יישר כח אייבערשטער אז מיינע קינדער זענען געזונט, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר. אייבערשטער, מיין הארץ איז אנגעפילט מיט לויב פאר דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, איך האב דיר אזוי ליב.
רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל האבן א קלארע אמונה, א לויטערע אמונה, א ריינע אמונה, איך זאל גלייבן אז קיינער קען מיר גארנישט טון, העלף מיר איך זאל נישט לעבן מיט פחדים און שרעק.
הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך דער יודע מחשבות, דו ווייסט אלע מחשבות וואס איך טראכט, דער יצר הרע פארגינט נישט אז איך לעב אזוי שיין מיט מיין מאן און מיינע זיסע קינדער ברענגט ער אריין אין מיין מח שלעכטע מחשבות, איך טראכט זייער אסאך מאל נעגעטיוו - פון שטארבן און פון אנדערע שלעכטע זאכן ביז איך ווער זייער נערוועז און דערשראקן. העלף מיר איך זאל נישט האבן נעגעטיווע מחשבות, אייבערשטער, דו ביסט דאך דער יודע מחשבות, העלף מיר, "יוֹדֵעַ מַחֲשָׁבוֹת הוֹשִׁיעָה נָא".
צו וועם זאל איך גיין בעטן הילף, ווער קען מיר דען העלפן, ווער קען מיר אוועק נעמען מיינע פחדים, מיינע שרעקעדיגע מחשבות וואס קומען מיר כסדר אריין אין מח - זיי לויפן מיר נאך א גאנצע טאג, קיינער קען מיר נישט העלפן, אבער דו קענסט יעדן איינעם העלפן, בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און שטארק, איך זאל זיין א געזונטע מאמע און א געזונטע ווייב פאר מיין מאן.
אייבערשטער, ווען איך רעד צו דיר שפיר איך אזוי גוט אבער נאכדעם ווען איך פארגעס פון דיר קומט צוריק דער יצר הרע און ער מאכט מיר ווייטער טראכטן שלעכטע זאכן. אסאך מאל כאפט מיר אזא שרעק אז איך קען מיך נישט קאנטראלירן, אדער ווען עס קומט ביינאכט קען איך נישט איינשלאפן פון אלע נארישע מחשבות וואס לויפן אין מיין מח; העלף מיר אז מיין אמונה זאל זיך נישט אפטון פון מיר קיין איין רגע, העלף מיר איך זאל זיין אזוי שטארק מיט אמונה אז קיין שום זאך אויף דער וועלט זאל מיר נישט רירן.
איך האף צו באקומען פון אייך בקרוב א בריוו ווי איר וועט מיר שרייבן אז די גאנצע תפילה איז אייך שוין נישט נוגע און איר קענט עס שוין נישט זאגן ווייל עס איז נישט אמת וכו', אזוי ווי איר שרייבט מיר יעצט. איר וועט לעבן מיט אזא קלארע אמונה אז גארנישט וועט אייך נישט שטערן.