תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם וויל זיך באדאנקען פאר אלעס. איך ווייס נישט אויב דער ראש ישיבה שליט"א ווייסט וואס גייט פאר אין געוויסע ישיבות, אז שטילערהייט שניידן זיך בחורים אביסל די בארד, מען וויל אויסזען שיין און 'נארמאל', און נאר בזכות די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א האב איך א שיינע נארמאלע בארד, און נאך מער אז בין איך אזוי פרייליך מיט מיין בארד.
איך וויל נאר פרעגן אויב מען מעג אויסקעמען די בארד, ווייל בשעת מען קעמט די בארד פליקט זיך ארויס אסאך האר.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען מעג זיך אויסקעמען די בארד.
אנשי שלומינו זענען מקפיד צו זיין שיין צאמגענומען די בארד און פיאות, נישט גיין צעפלויגן וכו'.
מוהרא"ש איז געווען אין דעם פרט זייער שטרענג, מען זאל נישט גיין צעפלויגן וכו'. מוהרא"ש זאגט, אנשי שלומינו פלעגן באמערקן ווי דער רבי פלעגט זיך שטענדיג נאס מאכן די פינגער און זיך אזוי צאמנעמען די פיאות איידער ער איז ארויס פון שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש און א
גוט געבענטשט יאר.