שאלה אין קורצן ענין
#7 - דארף מען זאגן תיקון הכללי ווי פריער?
קדושה, קליידער, מקוה, תיקון הכללי, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב נאכ'ן דורכפאלן אין מקרה לילה רחמנא ליצלן דארף מען זאגן תיקון הכללי דוקא פאר'ן דאווענען, אדער איז גוט אויך אויב מען זאגט עס נאכ'ן דאווענען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען איז אדורכגעפאלן מיט מקרה לילה - זאל מען וואס פריער לויפן אין מקוה, און איידער מען טובל'ט זיך זאל מען זיך אפוואשן, מען זאל זיין ריין.


בעסער איז ווי פריער צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רה; חלק ב', סימן צב): "תִּקּוּן לְמִקְרֵה לַיְלָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווי אזוי פאררעכט מען די פגם פון מקרה לילה? "לוֹמַר עֲשָׂרָה קַפִּיטְל תְּהִלִּים בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם שֶׁאֵרַע לוֹ חַס וְשָׁלוֹם", מען זאל זאגן די צען קאפיטלעך תהילים אין די טאג וואס עס האט פאסירט די זאך; די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט: מִכְתָּם לְדָוִד – טז, לְדָוִד מַשְׂכִּיל – לב, אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל – מא, כְּאַיָּל תַּעֲרֹג – מב, לַמְנַצֵּחַ אַל תַּשְׁחֵת – נט, לַמְנַצֵּחַ עַל יְדוּתוּן – עז, תְּפִלָּה לְמשֶׁה – צ, הוֹדוּ לַה' קִרְאוּ בִּשְׁמוֹ – קה, עַל נַהֲרוֹת בָּבֶל – קלז, הַלְלוּ-יָהּ הַלְלוּ קֵל בְּקָדְשׁוֹ - קנ, און דער רבי האט געזאגט: "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לְאָמְרָם בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם", ווער עס איז זוכה צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים - "אֵין צָרִיךְ לִפְחֹד עוֹד כְּלָל מִפְּגָם הַנּוֹרָא שֶׁל הַמִּקְרֶה, חַס וְשָׁלוֹם", דארף מער נישט מורא האבן פון די שרעקליכע פגם פון מקרה לילה, "כִּי בְּוַדַּאי נִתְתַּקֵּן עַל יְדֵי זֶה", ער האט דאס זיכער פארראכטן.


אויך איז וויכטיג צו אכטונג געבן נישט צו גיין מיט די קליידער וואס איז שמוציג, סיי די בעט געוואנט און סיי די קליידער אויף זיך. אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגת האדם, סימן יא): "ויזהר שיהיו בגדיו, הכתונת ומכנסים, מנוקים מלכלוך וצואה ושכבת זרע חס ושלום", מען זאל זיך אכטונג געבן אז די העמד און הויזן - זאלן זיין זויבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי קען א אידישע מאמע פירן א שטוב ריכטיג?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, דרשות, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע וויכטיגע שיעורים, עס האט מיר ממש געראטעוועט מיין לעבן, אבער ווען איך הער די שיעורים ווי אזוי א אידישע מאמע דארף פירן א שטוב, עס האלטן ריין און מסודר, גייט עס מיר נישט, וויפל איך פרוביר צו האלטן סדר אין שטוב, האלט עס אן נאר פאר אפאר טעג, און דערנאך פלאצט עס, די גאנצע שטוב גייט אויף רעדער, און איך ווער זייער צובראכן פון דעם, איך הויב אן טראכטן אז פון מיר וועט שוין גארנישט ווערן און איך טויג צו גארנישט, וואס איך פרוביר נאר צו טון, האלט עס נישט אן מער ווי פאר עטליכע טעג.


פארשטייט זיך אז ווען די גאנצע שטוב איז אזוי איבערגעקערט, האב איך נישט קיין פינטל ישוב הדעת צו די קינדער, און איך שעם זיך פשוט פון מיין מאן, איך האב רחמנות אויף אים אז ער האט אזא אומבאפארעטע פרוי.


איך וועל זיך שטארק פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען געבן אן עצה, און א תפילה, אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:): "ארבעה צריכין חזוק", אויף פיר זאכן דארף מען כסדר חיזוק, "ואלו הן, תורה ומעשים טובים", מען דארף חיזוק צו לערנען תורה און צו טון גוטע זאכן, "תפלה ודרך ארץ", מען דארף חיזוק אויף תפילה און אויף דרך ארץ; דרך ארץ מיינט ארבעט וואס מען האט צו טון, צום ביישפיל, אן ארבעטער וואס ארבעט - דארף חיזוק צו גיין ארבעטן, א סוחר וואס קויפט און פארקויפט סחורה - דארף חיזוק צו קויפן און פארקויפן זיינע סחורה; אזוי אויך א אידישע פרוי, א אידישע מאמע - דארף חיזוק אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט.


מיינט נישט אז נאר איר דארפט חיזוק; דער הייליגער רבי - ער איז דאך געווען אזוי גרויס, מיר האבן נישט קיין השגה ווי גרויס דער רבי איז געווען - האט אויך געווארט אויף חיזוק. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "שָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר", איך האב געהערט פון אן אמת'ן צדיק וואס האט געזאגט (מיר האבן געהערט פון מוהרא"ש אז דאס איז דער רבי אליינס): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה", אויב וואלט ער געהאט איינעם, נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז, וואס זאל אים זאגן, "בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן, "אָחִי", ברודער, "חֲזַק", שטארק זיך, "וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט איך זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", ער האט אויך געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


עס איז זייער וויכטיג פאר יעדן איינעם אויסצוהערן שיעורים פון חיזוק, יעדער איינער דארף חיזוק; בפרט אידישע פרויען - זיי דארפן דאס מערסטע חיזוק, ווייל זיי זענען עוסק אין אויפבויען די וועלט. די וועלט שטייט אויף אידישע פרויען, זיי זענען פארנומען מיט די קינדער, עס ליגט אויף זיי די שווערע ארבעט פון ברענגען קינדער און זיי אויפהאדעווען, נישט אומזיסט האט דער רבי געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", די פרויען האבן דאך אזעלכע שווערע ווייטאג פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר, וְהַלֵּדָה, וְהַגִּדּוּל", זיי ליידן ביים ווארטן וכו', ביים געבוירן וכו' און ביים אויפציען, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז באקאנט פאר אלעמען זייער שווערע לעבן.


אויב עס איז אייך שווער די ארבעט - זאלט איר מאכן אביסל, מען דארף נישט מאכן אלעס אויף איין מאל, מען מאכט אביסל דא אביסל דארט, מען בעט דעם מאן זאל ארויסהעלפן, ביידע אינאיינעם איז גרינגער. שלמה המלך זאגט (קהלת ד, ט): "טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד", עס איז בעסער צוויי אינאיינעם ווי אליינס; איינער אליינס פאלט פון די כוחות, אינאיינעם מיט'ן מאן - וועט אייך זיין גרינגער.


בשעת איר מאכט די ארבעט - זאלט איר רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן. דאס רעדן צום אייבערשטן געבט כח, עס מאכט גרינג. אמונה געבט כח, אמונה מאכט תחיית המתים; אזוי ווי מען נעמט אריין אין זיך דעם אייבערשטן, אפילו מען האט נישט קיין איין טראפ כח, מען ליגט ווי א טויטער, מען קען זיך נישט רירן, ווי נאר מען הויבט אן טראכטן פונעם אייבערשטן - ווערט מען לעבעדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - איך קען אליין רוימען די אויפגעווארפענע מיסט, פארוואס מאכן מחלוקת?
מחלוקת, מדות טובות, ריינקייט, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען ברוך השם זייער צופרידן און פרייליך אז מיר האבן די זכות צו וואוינען דא אינעם הייליגן שטעטל, וואו מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


ס'האט היינט עפעס פאסירט וואס איך וויל אויף דעם הדרכה עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקת. איך האב פיינט מחלוקת און איך וויל נישט עס זאל חלילה ווערן, און איך וויל זיכער נישט האבן קיין חלק אין דעם.


פון מאל צו מאל קומען בערן אדער אנדערע חיות און דרייען איבער די גארבעדזש און מאכן א גרויסע איבערקערעניש און שמוץ, עס האט שוין פאסירט ביי אונז א פאר מאל. די לעצטע צוויי מאל וואס ס'איז געשען האב איך נישט גוט געפילט און איך האב עס נישט געקענט אליינס רייניגן, און מיין מאן איז ברוך ה' זייער פארנומען און עס איז נישט געווארן אפגערייניגט גלייך. בערך א טאג און א האלב איז אריבער באפאר מיר האבן געהאט א געלעגנהייט עס צו רייניגן.


די לעצטע מאל ווען דאס האט פאסירט, באקומט מיין מאן א טעקסט מעסעדזש אינמיטן טאג פון איינע פון די חברי הנהלה וואס שטייט "גארבעדזש", מיין מאן שיקט צוריק "וואס איז מיט דעם?", ענטפערט ער, "עס איז דא גארבעדזש אין פארנט פון דיין הויז", מיין מאן ענטפערט צוריק, "מיינסטו אז איך ווייס נישט??" און ער ענטפערט, "ביטע רוימט עס אויף". ס'האט אונז אמת'דיג געשטערט, פאר צוויי סיבות. ערשטנס, אויב מ'האט עפעס צו זאגן, זאג עס שיין, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס יענער גייט דורך און די וועג ווי אזוי ער האט עס געשריבן האט אונז זייער וויי געטון. די צווייטע סיבה איז ווייל מיר האבן געשפירט אז ער מישט זיך אריין אין אונזער לעבן, אז א האלבע טאג גייט אריבער און די גארבעדזש איז נישט אויפגערוימט מיינט נישט אז מיר גייען עס נישט טון. ס'שטערט אונז זייער שטארק ווען ס'איז דא אן איבערקערניש אין פארנט פון אונזער הויז און מיר דארפן נישט איינער זאל קומען אונז זאגן עס אויפצורוימען, מיר פארשטייען אז ס'קען ארויסקומען א שאדן ווען די גוים וועלן באשולדיגן אלע אידישע איינוואוינער צוליב איין מענטש'ס גארבעדזש וואס א בער האט באשלאסן צו מאכן דערפון א פיינע סעודה, אבער איז דאס דען גענוג א סיבה זיך אריינצומישן אין אן אנדערן מענטש'ס פריוואטע לעבן?!


אבער, אונז האבן עס אראפגעשלינגען און ווייטער געגאנגען. למעשה, היינט איז עס נאכאמאל געשען, א בער האט געמאכט א חורבן פון די גארבעדזש נעכטן נאכט, און מיר האבן נישט געהאט קיין געלעגנהייט עס צו רייניגן ביז די קינדער זענען שוין געווען אין בעט ביינאכט, געווענליך וואלט איך געבעטן די קינדער זאלן עס טון, אבער דאס מאל איז עס ממש געווען אויפ'ן גאס, און עס איז געווען א סכנה פאר זיי. אינדערפרי, ממש געציילטע שעות נאכדעם וואס דער בער האט אלעס איבערגעדרייט, האט דער אינגערמאן נאכאמאל אונז געטעקסט, "ביטע רוימט אויף די גארבעדזש", אפשר איז עס נאריש, אבער ס'האט אונז אמת'דיג געשטערט, ער האט נישט קיין וועג צו וויסן אז ווען ער האט געשיקט יענע טעקסט בין איך געווען אין בעט מיט פיבער, עס שטערט אונז זייער אז ער מישט זיך אריין אין אונזער לעבן, אפילו מיר פארשטיין אז ער טוט עס פאר די טובה פון די שטעטל.


איך האב אים אנגערופן און אים באדאנקט פאר אלעס וואס ער טוט, און געבעטן שיינערהייט אז ער זאל ביטע מער נישט שיקן אזעלכע מעסעדזשעס, מיר וועלן רייניגן אונזער גארבעדש אין די ערשטע געלעגנהייט מיט אדער אן זיין טעקסט, און ס'איז נישטא קיין סיבה צו טשעפען. ער האט געזאגט אז ער טוט עס פאר די קהילה לשם שמים און ער באקומט גארנישט פון דעם און ער שפירט אז ס'איז פאר די טובה פון די קהילה אז ער זאל יא שיקן די טעקסטס, ער האט אויך געזאגט אז עס מאכט א גרויסע חילול השם ווען די גוים זעען עס. ווען איך האב אים געזאגט אז ס'טוט אונז זייער וויי ווען ער שיקט עס, האט ער געזאגט אז אויב מיר ווילן קען ער בעטן א צווייטן אז יענער זאל שיקן די טעקסט, איך האב אבער נישט דאס געמיינט, איך האב אים געזאגט "איך האב גערופן בעטן אז מען זאל מער נישט שיקן אזעלכע טעקסטס", זאגט ער מיר, "דאס קען איך נישט טון. איך טו עס לשם שמים פאר די טובת הכלל און ס'איז נישטא פארוואס צו מאכן אזא מצב פון דעם, מען דארף פשוט אויפהויבן די גארבעדזש און נישט מאכן קיין דראמא", איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן צעמישט און פארווייטאגט, "חילול השם" און "טון לשם שמים" זענען היתרים צו וויי טוהן אן אנדערן מענטש?!


איך פרוביר זיך צו דערמאנען און געדענקען אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אבער דער אמת איז אז איך קען נישט אויפהערן איבערצוטראכטן די גאנצע מעשה נאכאמאל און נאכאמאל, ער האט אונז אמת'דיג וויי געטון, עס שפירט אזוי ווי איינער לייגט אריין זיין נאז אין אונזער פענסטער צו זען וואס מיר טוען, עס איז נישט קיין גוטע געפיל אז איינער זאל אונז נאכלויפן צו טון זאכן וואס מיר ווייסן אליין אז מיר דארפן עס טון און מיר וועלן סיי ווי עס טון גלייך ווען מיר קענען, און נאך מער אז מען זאגט עס נישט שיין.


איך שפיר זיך באמת שלעכט צו שטערן דעם ראש ישיבה שליט"א מיט אזעלכע מעשיות, די איינציגסטע סיבה פארוואס איך שרייב איז ווייל איך וויל נישט עס זאל זיין שווערע געפילן צווישן אנשי שלומינו, און זיכער נישט אויב איך בין א חלק דערפון חס ושלום, איך האב פיינט מחלוקת און איך בעט דעם אייבערשטן זייער אסאך אז איך זאל נישט טראכטן שלעכטס אויף קיינעם. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אונז ארויסהעלפן?


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז אלעמאל.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס אייך נישט וואס צו ענטפערן, אויב מען רופט אייך פון די הנהלה ענק זאלן צוזאמנעמען די גארבידזש הייסט מחלוקות - ווייס איך נישט וואס צו זאגן... ווי קומט אריין מחלוקות? ווי קומט אריין אריינשטעקן די נאז ביי יענעם אין פענסטער? מיר קוקן נישט אריין אין אייער פענסטער קוקן ווי אזוי די שטוב ביי אייך זעט אויס און מיר זאגן נישט וועגן די גראז ארום אייער שטוב, אויב עס איז דא דארט מיסט; מיר בעטן סך הכל, נעמט צוזאמען די גארבידזש פון די שאסיי.


אז מען שטייט אויף אינדערפרי און מען זעט א בער האט איבערגעדרייט די מיסט און עס איז ארומגעווארפן ארום די שאסיי - איז נישטא קיין 'גיין אין שול דאווענען', נישטא קיין 'גיין ארבעטן', נישטא די תירוצים 'שפעטער' 'באלד' 'מארגן', נישטא גארנישט; מען איז מחויב צוזאמצונעמען די מיסט, און אויב מען טוט דאס נישט - איז מען גורם שאדן פאר אונז אלע. די גוים די שכינים האבן אויף אונז קיין איין שלעכט ווארט צו זאגן - ביז ריינקייט, זיי שיקן ארום בילדער, זיי פארשעמען אונז אויף סאושעל מידיע, אז די אידן זענען שמוציג; דאס איז דאך א ווארט וואס מען זאגט אויף אידן, 'שמוציגע', און זיי ווייזן בילדער, זיי זאגן אז מיר ברענגען דא חיות, און ווען מיר דארפן נושא חן זיין ביי זיי צו באקומען רשות פאר די עתיד פון שטעטל, צו בויען מוסדות וכו' - זאגן זיי: "קודם נעמט צוזאמען אייער מיסט", זיי פארשעמען אונז.


'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז מחלוקות? 'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז א זאך וואס איך וואלט אויך געשריבן, און ווען איך וואלט געוואוסט וואס טוט זיך ביי אייך היינט - וואלט איך אהינגעפארן דאס צוזאמנעמען.


איך בין געווען אפאר וואכן צוריק אויפן וועג צו די חדר, די מלמדים האבן געווארט אויף מיר, און איך פאר אריבער א שטוב וואו דער בער האט אויסגעווארפן די מיסט אויפן שאסיי, האב איך אלעס אפגעשטעלט און איך האב דאס אלעס צוזאמגענומען. פארשטייט זיך מענטשן זענען אריבערגעפארן און געזען ווי דער ראש ישיבה נעמט צוזאמען מיסט, האבן זיי זיך אלע אפגעשטעלט מיר העלפן, האב איך זיי געזאגט: "יעצט געב איך נישט אוועק די מצוה, אז איר ווילט מיר העלפן קענט איר דאס טון איידער איך טו דאס".


זייט מיר מוחל, איך זע נישט דא קיין מחלוקות, איך זע נישט דא קיין אריינשטעקן די נאז ביי יענעם. די חברי הנהלה זענען טייערע אינגעלייט וואס ארבעטן פיר און צוואנציג שעה בלי גוזמא פאר דער עתיד פון די שטעטל, זיי מאכן גארנישט פון דעם, מען האט אויף זיי נאר טענות. ווען אלע גייען אהיים נאך א טאג ארבעט פארברענגען מיט די ווייב און קינדער - זענען זיי פארנומען מיט השתדלות ביי אלע אפיסעס; איך אליינס טו נישט אזוי סאך ווי זיי טוען פאר אונז.


'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז נישט געשריבן? עס איז די שענסטע וועג ווי אזוי מען קען יענעם העלפן. איין זאך טראכט איך, איך וועל זיי בעטן זיי זאלן ענדערש אנרופן דעם מענטש - ווי שרייבן א מעסעדזש, ווייל א מעסעדזש קען מען ליינען אויף צוויי וועגן; אויב דער מענטש איז נערוועז און אנגעצויגן - ליינט מען דאס נעגעטיוו, כאילו איינער טיילט מיר איין וואס צו טון, און אויב מען איז אין א גוטע גיסטע, מען טראכט גוט, מען טראכט 'קוק ווי שיין די שטעטל פירט זיך, מען זארגט פאר אונזער טובה, מיר זאלן נישט פארשעמט ווערן פון צווישן די גוים און אויך צווישן אנשי שלומינו, מען דערמאנט אונז אזוי שיין אז מען זאל צוזאמנעמען די מיסט', איז אפשר זאל מען ענדערש אנרופן יענעם.


איך וויל זייער די בריוו זאלן אלע ליינען און אלע זאלן וויסן אז אויב עס איז שמוציג אויפן שאסיי - איז דאס א געפערליכע זאך, מען פארשעמט זיך און מען פארשעמט אלעמען. אפילו אידן וואס פארן אריבער זאגן: "ברסלב'ע שמוציגע מענטשן", קיינער ווייסט נישט אז מענטשן אין שטוב האבן פיבער וכו' וכו', די פלעק בלייבט.


אויב די מיסט איז אויסגעשפרייט ביי א משפחה וואס פירן זיך ערליך, דער מאן לערנט און דאווענט און די ווייב גייט אנגעטון בצניעות - איז די אחריות פי כמה, ווייל אלע זאגן 'קוק אן די מענטשן ווי זיי פירן זיך'.


איך בעט אייך זייער, קיינער מאכט נישט קיין מחלוקות און קיינער זוכט ענק נישט איינצוטיילן ווי צו לעבן; געבט אכטונג אויף אונזער נאמען עס זאל נישט ווערן פארשעמט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#4 - איז וויכטיג די קליידער זאלן זיין פון רעכטס אויף לינקס?
קליידער, מנהגים, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האב איך זוכה געווען צו ענדיגן יעצט ששה סדרי משנה צום דרייסיגסטן מאל, איך האב קיינמאל נישט געגלויבט אז איך וועל אמאל זוכה זיין צו דעם, יישר כח פאר אריינברענגען אין מיר א חשק צו לערנען תורה, און אלע אנדערע גוטע זאכן.


איך האב א שאלה צו פרעגן און איך וויל זייער וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם. איך האב באשטעלט א וועסטל ביי א פירמע, און זיי האבן געמאכט א טעות און עס גענייט אויף א וועג עס זאל זיך צוקנעפלען פון לינקס אויף רעכטס, אנשטאט פון רעכטס אויף לינקס; זאל איך צאלן עקסטער געלט עס צו פאררעכטן און עס איבערדרייען עס זאל יא זיין פון רעכטס אויף לינקס? אדער איז עס איז נישט אזוי וויכטיג, מען קען עס לאזן אזוי?


בכלל וויל איך וויסן וואס איז טאקע דער ענין צוצומאכן די קליידער דוקא פון רעכטס אויף לינקס, אויב דאס איז טאקע אזא וויכטיגער ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי איז דא א כוונה מיט דעם וואס ערליכע אידן גייען אנגעטון די קליידער רעכטס אויף לינקס. ערשטנס, מיר געפונען אין הייליגן זוהר (מקץ, קצח:): "דבעיא ליה לבר נש, לנטלא ידא ימינא בשמאלא", מען זאל זיך וואשן די רעכטע האנט מיט די לינקע האנט, "בגין לשלטאה ימינא על שמאלא", אז די רעכטע האנט זאל געוועלטיגן אויף די לינקע; ווייל רעכטס איז מרמז אויף חסד און לינקס - אויף דינים, דארף מען שטארקן רעכטס אויף לינקס.


אזוי אויך געפונען מיר אין רמב"ם (פרק ה' מהלכות תפלה ונשיאת כפים, הלכה ד) ווי אזוי מען זאל שטיין ביי שמונה עשרה: "מניח ידיו על לבו, כפותין הימנית על השמאלית", מען זאל לייגן די רעכטע האנט אויף די לינקע האנט, און דער בית יוסף זאגט א טעם אויף דעם (בית יוסף אורח חיים, סימן צה): "רמז להכנעת יצר הרע שהוא נרמז בצד שמאל", דאס איז א סימן פון הכנעה, צו פארדעקן די לינקע, וואס ווייזט אויפ'ן יצר הרע. און אזוי איז ביי אלע זאכן ביי אידישע קינדער, אלעס גייט רעכטס אויף לינקס, אפילו די שריפט, ווי אזוי אידן שרייבן - ברענגט דער הייליגער צדיק דער צמח צדק זכותו יגן עלינו (תשובות, אורח חיים סימן סז) - איז פון רעכטס אויף לינקס, אזוי ווי מיר זעען ביי די עבודה אין בית המקדש איז אלעס געווען מיט די רעכטע האנט, און אזוי אויך די מצוה פון חליצה - איז מיט די רעכטע האנט.


ביי קליידער זאגט דער הייליגער צדיק רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו (נדפס בספר ילקוט מנחם, מכתב ב): "חדשים מקרב באו, במנהג חדש של גויים", עס האט זיך אריינגעכאפט א נייע מאדע וואס קומט פון די אומות העולם, "שמהפכין ומניחין צד השמאל של הבגדים על צד הימין", אז מען נייט די קליידער - די לינקע זייט זאל זיין אויף די רעכטע, "ובזה מגבירים השמאל על הימין בעוונותינו הרבים", און מיט דעם טוט מען שטארק מאכן די לינקע אויף די רעכטע; איז אודאי זאלסטו פאררעכטן דיין וועסטל עס זאל ליגן די רעכטע זייט אויף די לינקע זייט.


אז מען רעדט שוין פון קליידער, זאלסטו וויסן, דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל גיין אנגעטון ריין, און נישט צעריסענע קליידער. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז; כט): "הבגדים בעצמן תובעין את האדם אם לא נזהר בשמירתן לכבדן כראוי ולהחזיקן בנקיות", די קליידער וועלן מאנען דעם מענטש אויב האט ער האט זיי אנגעטון צעריסענערהייט; ברסלב'ער חסידים זענען זייער מקפיד אויף דעם, שטענדיג גיין אנגעטון ריינע קליידער און נישט קיין צעריסענע קליידער.


א פרייליכן שבת.


 

#3 - מעג מען מאכן די פיאות מיט דזשעל?
חסידות ברסלב, ריינקייט, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'איז א פראבלעם צו מאכן די פיאות מיט דזשעל, אז עס זאל זיך האלטן שיין צוזאמגענומען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע אויב מען מעג לייגן דזשעל אויף די פיאות, עס זאל זיך האלטן שיין; דאס ווייסטו דאך אז דער הייליגער רבי פלעגט זיך אלץ צאמנעמען די פיאות, נאס מאכן און דאס קרייזלען. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקז) עס ליגט אין די געקרייזלטע פיאות גרויסע סודות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שיר השירים ה, יא): "קְווּצּוֹתָיו תַּלְתַּלִּים".


מיט יארן צוריק האט איינער אנגעהויבן אין ברסלב א חבורה, כלומר'ישע עובדי השם, איינע פון זייערע זאכן איז געווען גיין מיט צעשטרויבלטע פיאות, האט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דעמאלט געזאגט: "מיר געפונען אין חז"ל (בבא מציעא כא.): 'פירות מפוזרין' צעשפרייטע פרוכט, אבער 'פיאות מפוזרין' צעשפרייטע צעשטרויבלטע פיאות - געפונען מיר נישט"; עס איז קיין שום פראבלעם צו לייגן דזשעל אז די פיאות זאל זיך האלטן שיין צאמגענומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי בעט מען דעם מאן ער זאל זיך האלטן זויבער?
שלום בית, רעדן, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אפאר מאל געטראכט צי איך זאל שרייבן אדער נישט, אבער איך האב געהערט ביי א שיעור פאר פרויען ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון זויבערקייט, האב איך געטראכט אז אפשר דארף מען רעדן אויך צו די מענער וועגן דעם.


ווען מיין מאן קומט אהיים פון די ארבעט, האט ער א שווערע גערוך און ער איז שמוציג פון די ארבעט, און דאס שטערט מיר זייער שטארק. אבער ווען איך האב אים געזאגט אז ס'שטערט מיר, רופט ער זיך אן הויך, "באשעפער העלף אז עס זאל נישט שטערן פאר מיין ווייב", קען זיין ער איז גערעכט אז איך דארף פשוט בעטן דעם אייבערשטן ס'זאל מיר נישט שטערן.


איך וויל נישט באלעטעווען אויף אים, און איך שפיר אז איך בעט אים ער זאל זיך אפזויבערן און זיך צאמנעמען, וועט ער אפשר ווערן פארשעמט און באליידיגט, וואס זאל איך אבער טון אז עס שטערט מיר זייער? אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא א טעות ביי פרויען, זיי האבן מורא צו זיין אפן מיט'ן מאן; זיי ווילן נישט זאגן וואס שטערט זיי, זיי ווילן נישט וויי טון, און דאס איז גורם אז עס ווערט אפגעקילט די ליבשאפט חס ושלום.


אויב עפעס שטערט - דארף מען דאס רעדן; אז דער מאן איז א צעפלויגענער און דאס שטערט די ווייב - איז וויכטיג דאס צו זאגן, מען דארף נאר אכטונג געבן צו רעדן שיין, ווייך און הארציג, און אז דאס איז זיין נאטור, דער מאן איז א נישט מסודר'דיגער - זאל אים די פרוי העלפן און אינאיינעם ארבעטן אויף דעם, דאס איז די ריכטיגע וועג; ווייל אויב מען רעדט נישט, מען ווערט צוביסלעך אנגעגעסן איינער אויפ'ן צווייטן - ווערט מען נאכדעם זייער נערוועז, און איך וויל נישט זאגן וואס פאסירט.


רעדט יא צו אייער מאן, זאגט אים וואס שטערט אייך; דערציילט אים מיט חכמה פון די נעכטיגע שיעור פאר פרויען, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט מען זאל זיין ריין און זויבער, זאגט אים אז אייך שטערט עס, זאגט אים דאס אויך, אז ווען איר זאגט אים: "איך בעט דיר זיי ריין, עס שטערט מיר די גערוך וכו'" רופסטו זיך אן הויך צום אייבערשטן 'אייבערשטער העלף עס זאל נישט שטערן מיין ווייב ווי אזוי איך שמעק'"; זאגט אים אז דאס באדערט אייך זייער, עס טוט אייך וויי.


אייער מאן איז א טייערער אינגערמאן; ער כאפט נישט, ער ווייסט נישט וכו', ער האט אן אנדערע נאטור, און אז איר וועט זיין מיט אים אפן, איר וועט אים פארשטיין און אים אויפבויען - וועט ווערן אייער קשר שטערקער און שטערקער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי קען איך זיין רואיג ביים פרעגן א שאלה פון א דיין?
הלכה, סיפורי צדיקים, ספיקות, שמחה, דאווענען, חומרות, ריינקייט, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א גרויסע פראבלעם ווען עס קומט צו פרעגן שאלות פון א דיין, איך האב אלץ ספיקות און פחדים אז אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען מיין שאלה פאר'ן דיין, אפשר האט ער נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב געפרעגט, אפשר האט ער נישט געזען אלעס וואס ער האט געדארפט זען, און אזוי ווייטער בין איך אלץ פול מיט ספיקות צי איך האב טאקע באקומען דעם ריכטיגן און אמת'ן פסק, זייער אסאך מאל רוף איך צוריק דעם דיין איבערפרעגן נאכאמאל, און אפילו דעמאלט לעב איך אין א כסדר'דיגע פחד אז אפשר האב איך נישט באקומען די ריכטיגע פסק הלכה, און אפשר וועט דאס חס ושלום שאטן פאר מיינע קינדער.


נאך א פראבלעם האב איך ביים דאווענען, איך בין אלץ נערוועז אז אפשר זענען מיינע קליידער געווארן אביסל נאס אדער שמוציג ביים ארויסגיין, און מען טאר נישט אזוי דאווענען.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די אלע ספיקות און בלבולים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן, עמל"ק באטרעפט דאס ווארט ספ"ק; די זאך פון עמלק איז אריינברענגען ספיקות און בלבולים, צעטומלען דעם מענטש, ביז ער ווארפט אים אריין אין א מרה שחורה השם ישמרינו. דער ס"מ קומט צו יעדן איינעם מיט אן אנדערע וועג ווי אזוי ער קען אים צעטומלען, מיט דעם ווארפט ער אראפ דעם מענטש.


אז מען פרעגט דעם דיין א שאלה און דער דיין ענטפערט - טאר מען נישט נאכדעם איבער טראכטן 'אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען די שאלה?' 'אפשר האט דער דיין נישט געזען די גאנצע שאלה?' אפשר אהער און אפשר אהין; די אלע ספיקות איז חזיר טריף, עס איז פון מרה שחורה, עס איז נישט פון קדושה.


אזוי אויך די חכמות פון נישט דאווענען, ווייל אפשר זענען די קליידער שמוציג וכו' וכו'; אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר מלאכים; די גמרא זאגט דאס אז מען מעג ליינען קריאת שמע וכו'.


הלואי זאלסטו אריינלייגן דיינע חומרות און פרומקייטן אין די מצוה פון שמחה. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה): "רָאוּי לְכָל אָדָם שֶׁיִּבְחַר לְעַצְמוֹ מִצְוָה אַחַת", עס איז גוט מען זאל זיך נעמען איין מצוה, "שֶׁבְּאוֹתָהּ הַמִּצְוָה יְדַקְדֵּק הַרְבֵּה וִיקַיֵּם אוֹתָהּ הַמִּצְוָה עִם כָּל הַחֻמְרוֹת וְהַדִּקְדּוּקִים", און מען זאל אריינלייגן אלע חומרות און דקדוקים אין די מצוה, אזוי ווי מען זעט אין די הייליגע גמרא, מען פרעגט די קינדער פון די הייליגע תנאים און אמוראים (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי", אין וואס פאר א זאך איז דיין טאטע געווען זייער געווארנט?


זאגט מוהרא"ש, וואס פאר א מצוה זאלן מיר נעמען פאר אונזער מצוה וואו מען וועט אריינלייגן אין דעם אלע חומרות און דקדוקים? שמחה! דער רבי האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; דארף מען זען דאס מקיים זיין מיט אלע חומרות, דאס הייסט אפילו מען האט נישט וויאזוי צו זיין פרייליך און פארוואס צו זיין פרייליך - דארף מען מחמיר זיין אין דעם.


לאז אפ דיינע חכמות, די חכמות הרג'עט דיר דיין לעבן, חכמות פירט דעם מענטש אין שאול תחתית. דער רבי האט געזאגט פאר רבי ראובן יוסל, א זון פון רבי ישראל שוחט, ווען ער האט געפירט א דין תורה און דער רבי האט געזען ווי ער זוכט אלע סארט חכמות: "דאס איז דיין טאטנ'ס חכמות, דיין טאטנ'ס חכמות טרייבן אים אין שאול תחתית", כידוע איז ער ארום געלאפן אין אלע שטעטלעך צו אלע רבנים מיט חומרות אויף חומרות; דער רבי האט אלץ חוזק געמאכט פון זיינע חומרות.


איך בעט דיר זייער, לאז אפ די אלע חכמות; אז דער דיין פסק'נט - איז גע'פסק'נט, נישטא קיין איבער טראכטן, נישטא קיין איבערקלערן. דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (קוק נאך די שיחה; שיחות הר"ן, סימן רלה), אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן זיי (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים, נאר פאר אונז מענטשן לויט די וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין, אפילו אויף דעם וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין ספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה און אין די מצוה זאל ער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', מיינט מען אויך נישט צו זאגן מען זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, נאר מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות; הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.


אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, שם) אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוויסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוויסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.