תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ברוך השם אז איך הער אויס די שיעורים פונעם ראש ישיבה און די חיזוק יומי כמעט יעדן טאג, דער אויבערשטער זאל געבן כח פאר די ראש ישיבה שליט"א ווייטער ממשיך זיין מחזק זיין אידישע קינדער.
אונזער משפחה קומען פון וויען, וואו מ'פלעגט הענגען אסאך בילדער אינדערהיים, און איך האב זייער ליב אויפצוהענגען בילדער פון צדיקים און רבנים. לעצטנס האט מיר איינער געזאגט אז ס'איז נישט גוט אזוי צו טון ווייל ס'ליגט אויף בילדער א רוח הטומאה, וויל איך וויסן אויב ס'איז טאקע אזוי?
אויך וויל איך פרעגן אויב מ'מעג לאזן קינדער קושן די בילדער ווייל ביי אונז פלעגט מען הייסן קינדער קושן די בילדער פון צדיקים.
א גרויסן דאנק.
אליעזר
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אליעזר נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם אויפצוהענגען אין שטוב בילדער פון צדיקים, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה ל, כ): "וְהָיוּ עֵינֶיךָ רֹאוֹת אֶת מוֹרֶיךָ"; אדרבה, מיט דעם ברענגט מען אריין קדושה אין שטוב, די קינדער וואקסן אויף פון קליינווייז אן מיט צדיקים.
עס איז באוואוסט אז דער חזון איש זכר צדיק לברכה האט געהייסן פאר א מנהל פון א מוסד ער זאל אויפהענגען בילדער פון צדיקים אין אלע קלאסן, אז די קינדער זאלן שטענדיג זען דעם פנים פון צדיקים, און דאס וועט ברענגען אויף זיי יראת שמים.
ביי מוהרא"ש אין שטוב האט שטענדיג געהאנגען א בילד פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, און פון זיין טאטע - דער טאקיי'ער רב זכרונו לברכה.
מוהרא"ש האט געזאגט, ביי עבירות זאגן חכמינו זכרונו לברכה (מדרש במדבר רבה י, ב): "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד", אז מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט אויף שמוציגע בילדער, ברענגט דאס צו מען זאל גליסטן צו טון עבירות; איז דאך ביי בילדער פון צדיקים - וואס מדה טובה איז מרובה ממידה של פורעניות - זיכער אז דאס וועט ברענגען דעם מענטש וואס קוקט אויף א בילד פון א צדיק עס זאל זיין "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד", צו גוטע זאכן, מען וועט גליסטן צו זיין א צדיק.
אויך איז נישט קיין פראבלעם אז קינדער זאלן קישן בילדער פון צדיקים, דאס ברענגט אריין אין קינדער א ליבשאפט צו ערליכע אידן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכות כד.) אויפן פסוק (תהלים טו, ד): "וְאֶת יִרְאֵי ה' יְכַבֵּד" – "זֶה יְהוֹשָׁפָט מֶלֶך יְהוּדָה", ער פלעגט ארומהאלזן און קישן יעדן תלמיד חכם; דערפאר איז נישט קיין פראבלעם אז קינדער זאלן קישן בילדער פון צדיקים.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע גיין אין די וועגן פון צדיקי אמת וואס האבן זיך אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.