תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א תלמידה דערציילט מיר אז איר מאמע זאגט איר, "ווען איך וואלט געוואוסט ווי אזוי דו וועסט אויפוואקסן, וואלט איך דיר נישט געוואלט געבוירן", איך האב אין לעבן נישט געקלערט אז א מאמע קען דאס זאגן פאר א קינד.
זי זאגט זי איז געווארן אזוי צובראכן. זי הערט אזויפיל שיעורים און ארבעט אזוי שטארק אויף איר כיבוד אב ואם, און איר מאמע זאגט איר, "ביסט טאקע זייער וואויל לעצטנס, אבער איך בין ווייט נישט צופרידן". זי דערציילט זי איז אריין אין צימער און געוויינט.
זי זאגט אז איין זאך האט איר בארואיגט אז זי קען עס דערציילן פאר'ן אייבערשטן, און ער ווייסט אז איך מיין צו זיין גוט, און עכט בין איך וואויל.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"א סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז אזוי ווייטאגליך צו הערן די סארט מעשיות, ווי עלטערן קלאפן זייערע אייגענע קינדער מיט שרעקליכע ווערטער וואס מען קען עס נישט פארהיילן, די ווערטער שעדיגן די קינדער און עס באגלייט זיי און עס מאכט זיי שלעכט השם ישמרינו; זייט מחזק די תלמידה זי זאל זיך שטארקן, זי זאל טראכטן נאר פונעם אייבערשטן, און ווען זי דארף טון כיבוד אב ואם זאל זי טראכטן: 'איך טו עס פארן אייבערשטן וואס האט געזאגט מען זאל מכבד זיין טאטע מאמע'; דאס וועט איר העלפן קענען טון די מצוה, זי וועט נישט שוואך ווערן פון נאכגיין אירע געפילן וכו'.
די ווערטער וואס זי זאגט, אז דאס רעדן צום אייבערשטן דערהאלט איר - דאס דארף זיין א שטארקע חיזוק פאר אייך, און פאר אלע וואס זענען עוסק מיט קינדער, מען זאלן רעדן אסאך צו די קינדער פון התבודדות, און פון דעם אז דער אייבערשטער האט זייער ליב א איד, און אז קיינער וויל נישט האבן מיט דיר, די וועלט האט דיך אויסגעשלאסן, די משפחה האט דיך פארטריבן, די חברים האבן דיך באגראבן, און דיינע אייגענע ברידער און שוועסטער ווילן מיט דיר נישט האבן - איז דער אייבערשטער נאכאלץ מיט דיר, ער האט דיך ווייטער ליב, ער איז מיט דיר, ביי דיר, און נעבן דיר; רעד צו אים, בעט אים יעדע זאך, און דערצייל אים יעדע זאך; און דאס איז געווען פון וואס מוהרא"ש האט צו אונז גערעדט אלע יארן און געשריבן אלע יארן, מוהרא"ש האט אריינגעלייגט אין אונז אזא שטארקע אמונה אז מיר זענען געווארן אזוי זיכער מיט זיך, זיך נישט לאזן צעברעכן פון קיינעם, און אפילו מלאכים וועלן מיר מחליש דעת זיין, און די צדיקים וועלן מיך פארטרייבן - זאל מען וויסן אז דער איבערשטער איז מיט מיר, דעם אייבערשטן האב איך, און מוהרא"ש האט דערציילט די שרעקעדיגע חלום וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן צא), ווי אלע האבן אים אפגעלאזט, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, ער האט געדארפט אנטלויפן צו א צווייטע לאנד, און אויך אין יענע פרעמדע לאנד האט דער רבי געזען ווי ער דארף זיך באהאלטן, ער האט זיך באהאלטן אין וואלד.
אזוי זיצנדיג אין וואלד קומט צו צו אים אן עלטערער איד און הייבט אים אן געבן מוסר: "היתכן, דו שעמסט זיך נישט? אזוי פירסטו זיך אויף?! שעמסט זיך נישט פון דיינע זיידעס, רבי נחמן הורודענקער און פון דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו? שעמסט זיך נישט פון תורת משה רבינו און פון די הייליגע אבות אברהם יצחק יעקב?! וואס מיינסטו, דו וועסט דען קענען בלייבן דא אין וואלד איינער אליין? דיין געלט וועט זיך ענדיגן און דו ביסט שוין שוואך"; דער עלטערער איד האט נישט אויפגעהערט צו באזידלען דעם רבי'ן, ער האט געזאגט פארן רבי'ן: "דו וועסט פון דא אויך מוזן אנטלויפן, און דארט וואו דו וועסט אנטלויפן וועסטו אויך נישט האבן קיין מנוחה, דו וועסט זיך דארט אויך מוזן באהאלטן פון די גרויסע עבירות וואס דו האסט געטון", האט אים דער רבי געזאגט: "אויב אזוי, וועל איך כאטשיג האבן יענע וועלט", זאגט די נשמה: דו מיינסט דו וועסט האבן יענע וועלט? "אֲפִילּוּ בְּגֵּיהִנּוֹם לֹא יִהְיֶה לְךָ מָקוֹם לְהִטָּמֵן שָׁם כִּי עָשִׂיתָ חֵטְא כָּזֶה", אפילו אין גיהנום וועסטו זיך מוזן פארשטעקן פאר אזעלכע הארבע עבירות, זאגט אים דער רבי: "לֶךְ לְךָ", גיי דיר אוועק, גיי דיר אוועק, איך האב געמיינט דו וועסט מיך טרייסטן, איך האב געקלערט דו וועסט רעדן צו מיין הארץ, יעצט אז דו מאכסט מיר יסורים, גיי גיי גיי; דאס איז דער לימוד וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז: 'איך זאל זיך פון קיינעם נישט לאזן צעברעכן', און דאס דארפן מיר אריינלייגן אין די תלמידים ותלמידות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.