תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל פרעגן אויב מ'מעג רעדן צום אייבערשטן אום שבת קודש איבער געברויכן פון פרנסה?
יישר כח פאר אלעס, ובפרט פאר אייער באזוך אין לעיקוואד, וואס האט מיר ממש מחי' געווען.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
שבת איז א צייט וואס מען קען שפירן דעם אייבערשטן שטערקער ווי א גאנצע וואך; שבת קענען אפילו פשוט'ע מענטשן שפירן דעם אייבערשטן זייער שטארק. דעריבער איז שבת א צייט וואס מען קען בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך: פרנסה, געזונט, קינדער וכו' וכו'; מען מעג אפילו וויינען אום שבת ווען מען בעט דעם אייבערשטן.
די הייליגע חכמים זאגן (מדרש אגדה; הובא בבית יוסף אורח חיים סימן רפח): דער הייליגער תנא רבי עקיבא, ווען ער פלעגט דאווענען שבת פלעגט ער וויינען, עס איז אים געווען א פארגעניגן דאס וויינען צום אייבערשטן. ער פלעגט זאגן שיר השירים מיט הייסע טרערן, ער פלעגט שפירן ביים זאגן שיר השירים זייער א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן; פון דעם זעט מען אז אויב דאס איז אן עונג שבת מעג מען וויינען (טורי זהב סימן רפח, סעיף קטן ב).
זיי מכבד דעם שבת וועסטו האבן שפע פאר די גאנצע וואך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (שבת קיט.): ווען א מענטש איז מכבד דעם שבת ווערט ער געבענטשט מיט עשירות, אזוי ווי רבי חייא בר אבא האט דערציילט, אמאל בין איך געווען אין די שטאט לודקיא און איך בין דארט איינגעשטאנען ביי איינעם, האב איך געזען אז מען האט אים אריין געברענגט א גאלדענעם טיש, דער טיש איז געווען פון געמאכט פון אזויפיל גאלד אז זעכצן מענטשן האבן דאס געדארפט אויפהייבן; אינעם טיש זענען געווען זעכצן זילבערנע קייטלעך צוגעבינדן צו זיי טעלערס און גלעזער, אויפ'ן טיש זענען געווען אלע סארט געשמאקע עסן און טרינקען און שמעקעדיגע בשמים.
ווען מען האט אריין געברענגט דעם טיש האט מען געזינגען דעם קאפיטל (תהלים כד, א): "לַה' הָאָרֶץ וּמְלֹאָהּ וגו'", אלעס אויף די וועלט איז דעם אייבערשטנ'ס, נאכן עסן האבן זיי געזינגען דעם קאפיטל (תהלים קטו, טז): "הַשָּׁמַיִם שָׁמַיִם לַה' וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם", האב איך זיך זייער געוואונדערט - דערציילט רבי חייא בר אבא - "איך האב געפרעגט דעם מענטש, וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא רייכטום?" האט ער מיר געזאגט: "איך בין א קצב (בוטשער) און ווען איך זע א שיינע בהמה לייג איך דאס אוועק פאר מיר פאר שבת", האט אים רבי חייא געזאגט: "אַשְׁרֶיךָ שֶׁזָּכִיתָ", וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו דעם, "וּבָרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁזִּכֵּךְ לְכָךְ", און געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט דיר מזכה געווען מיט דעם.
זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט א גאנצע וואך מיט'ן שבת, איז מען זוכה צו גרויס עשירות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.