תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן אויב עס איז א פראבלעם צו גיין אויף א בית החיים ביינאכט אליין זיך מתבודד צו זיין, אדער צו מתפלל זיין אויף קברי צדיקים וואס ליגן דארט, אויב מען דארף מורא האבן אז עס דרייען זיך דארט שלעכטע רוחות, וואס האלט דער הייליגער רבי וועגן דעם? און וואו שטייט געשריבן וועגן דעם? און אויב איז א חילוק צי מען גייט פאר חצות אדער נאך חצות הלילה, און אויב מאכט עס גרינגער אויב מען גייט צוזאמען מיט נאך א מענטש?
יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, דער אייבערשטער זאל געבן כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו ווייטער קענען אנגיין צו מזכה זיין אידישע קינדער מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז זייער גוט צו גיין צו קברי צדיקים מתפלל זיין און זיך דארט מתבודד זיין, אויך בייטאג און אויך ביינאכט, סיי פאר חצות און סיי נאך חצות. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", אפילו ווער עס איז נישט ווערד מען זאל צוהערן זיינע תפילות, ביי קברי צדיקים איז אנדערש, דארט הערט מען צו יעדנ'ס תפילות.
אויך אז מען גייט נעבן א בית עלמין קען מען זיך מתבודד זיין און מען קען זיך אריינעמען וואס וועט בלייבן פונעם מענטש. ווען מען זעט די קברים ווי אלע ליגן אייניג; רייכע, ארעמע, גרויסע, קליינע, אזוי ווי עס שטייט "קָטֹן וְגָדוֹל שָׁם הוּא" (איוב ג, יט), אלע קומען אן אין בית עלמין, און נאר תורה, תפילה, מצוות און גוטע מעשים - נעמט מען מיט, מען קען זיך דארט גוט מתבודד זיין.
וואויל איז דעם מענטש וואס פאלגט דעם רבי'ן און גייט יעדן טאג זיך מתבודד זיין, ער לעבט מיט עלמא דאתי, אז עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט אים אוועק נעמען, און אויסטון וכו', אנטון תכריכים און באערדיגן, אזא איינער האט נישט צוטון מיט קיינעם, ער האט נישט מיט מחלוקת, ער האט נישט מיט לשון הרע, רכילות וכו' וכו', די גאנצע טאג, די גאנצע לעבן זיינע - איז מיט אן אנדערע בליק, ער לעבט מיטן אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.