תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים, ממש מחיה נפשות, ווען מ'צינדט אן הויך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א ביי אונז אינדערהיים, שפירט מען ממש אזא שטארקע אמונה, אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אלעמאל און מיר דארפן זיך נישט זארגן פאר קיין שום זאך.
ביי אונז פלעגט מען זיך פירן אז עמיצער האט נישט גוט געפילט, האט מען גענומען אביסעלע מאטרין אדער טיילענאל קודם אוועקצונעמען די שמערצן, און דענאך האט מען גענומען אביסל וויטאמינען, צום ביישפיל וויטאמין סי אדער די, און פארשטייט זיך געבעטן אסאך דעם אייבערשטן אז ס'זאל אוועקגיין די גאנצע פארקילעכץ וכדומה.
לעצטנס האב איך אבער געזען א שיחה אין ספר אבניה ברזל אז מ'זאל נישט גיין צו דאקטורים, אז די דאקטורים די שלוחים פונ'ם מלאך המות, און אזוי ווייטער אז די דאקטורים זענען זייער שעדליך. אויך שטייט דארט אז דער רבי האט געזאגט פאר איינעם, "ווען מ'איז געזונט דארף מען טון און טון אין עבודת ה', און ווען מ'איז נישט געזונט לייגט מען אוועק דעם שער און אייזן", וואס פון דעם זעט אויס אז אפילו ווען די קרענק שטערט צו עבודת ה', זאל מען אויך נישט גיין צו דאקטורים, און אויך נישט נעמען קיין רפואות.
פון דעם זע איך אז מ'טאר נישט נעמען קיין וויטאמינען, און זיכער נישט קיין טיילענאל און מאטרין.
אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר קלאר שטעלן וואס און וויאזוי מען מעג יא נעמען רפואות, און ווען מ'טאר נישט.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אמת טאקע אז דער רבי האט אונז זייער אנגעווארנט מיר זאלן זיך היטן פון דאקטורים וכו'; אבער פון רבינ'ס צייטן ביז היינט האט זיך געטוישט די וועג און מיטלען פון רפואות ווי פון הימל ביז'ן ערד, די רפואות היינט זענען זייער פארגעשריטן און היינטיגע דאקטורים זענען נישט די דאקטורים פון אמאל. דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט אז ווען מען גייט שוין יא צום דאקטער זאל מען גיין צום גרעסען דאקטער, דעריבער זאלסטו זיך נישט צוריק האלטן פון גיין צום דאקטער און פון נעמען רפואות.
פארשטייט זיך אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר מען גייט צום דאקטער, און געבן צדקה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג) אז ווען א מענטש גייט צום דאקטער זיך היילן וכו' זאל ער געבן צדקה, און מען זאל מאכן א פדיון נפש פאר מען גייט צום דאקטער זיך היילן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה נה.): "בְּשָׁעָה שֶׁמְשַׁגְרִין יִסּוּרִין עַל הָאָדָם, מַשְׁבִּיעִין אוֹתָן שֶׁלֹּא תֵּלְכוּ אֶלָּא בְּיוֹם פְּלוֹנִי, וְלֹא תֵּצְאוּ אֶלָּא בְּיוֹם פְּלוֹנִי, וּבְשָׁעָה פְּלוֹנִית, וְעַל יְדֵי פְּלוֹנִי, וְעַל יְדֵי סַם פְּלוֹנִי", ווען מען שיקט יסורים אויף א מענטש באשווערט מען די יסורים ווען זיי זאלן קומען אויפן מענטש און ווען זיי זאלן אוועק גיין פונעם מענטש, דורך וועלכע דאקטער און דורך וועלכע מעדעצין וכו' עס זאל אויסגעהיילט ווערן, נו אויב אזוי – פרעגט דער רבי - ווי אזוי קען מען גיין צום דאקטער ווען מען ווייסט נישט צי ער איז בכלל דער דאקטער וואס מען האט באשוואוירן אים אויס צו היילן, און ווי אזוי קען דער דאקטער פארשרייבן א מעדעצין ווען ער ווייסט נישט צי דאס איז דער ריכטיגער סם וואס מען דארף געבן פאר'ן חולה וכו'? זאגט דער רבי, אז אויב א מענטש מאכט א פדיון און ער בעט דעם אייבערשטן אז דער מלאך רפאל זאל שטיין נעבן דעם דאקטער, דעמאלט וועט דער דאקטער אים קענען אויסהיילן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט נישט דארפן צוקומען צו קיין דאקטורים און צו קיין רפואות, אבער אז דו האסט קאפ ווייטאג זאלסטו אודאי נעמען טיילענאל וכדומה.