תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן דאנק אויף די הערליכע געוואלדיגע חיזוק שיעורים.
דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך וועגן כיבוד אב ואם, און דעריבער וויל איך פרעגן מיין שאלה, כאטש ס'איז נישט אזוי אנגענעם.
איך בין א בחור, און מיינע עלטערן קריגן זיך זייער אסאך ארום, נישט מיט הענט חלילה אבער מיט ווערטער האבן זיי אסאך שווערע ויכוחים צווישן זיך, און דאס איז מיר זייער שווער אויסצוהאלטן.
איבערהויפט איז מיין שאלה אז מיין מאמע בעט מיר אסאך מאל זיך אריינצומישן, ובפרט וואס לויט מיין מיינונג איז זי גערעכט, און איך ווייס נישט וואס צו טון.
אויב מעגליך דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ענטפערן ווי שנעלער, נאך פאר בין הזמנים ווען איך בין אסאך מער אינדערהיים.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האב געהאט גרויס צער ווען איך האב געליינט דיין שאלה; עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן פון דיר די צער וואס דו האסט צוזעענדיג ווי דיינע עלטערן קריגן זיך און זיי פרובירן דיר אריין צו שלעפן אין זייער קריגעריי. א קינד ווערט צעריסן פון דעם וואס זיינע עלטערן קריגן זיך, ווייל מען ווייסט נישט וואס צו טון; איין רגע שפירט מען ווי דער איז גערעכט וכו' אבער נאכדעם טראכט מען 'אבער איך האב דעם אויך ליב וכו'', מען קען ממש משוגע ווערן פון דעם.
מיט דעם אלעס וואס דו גייסט דאס אריבער בעט איך דיר זייער דו זאלסט חס ושלום נישט נעמען א שטעלונג ווען דיינע עלטערן קריגן זיך איינער מיט'ן צווייטן; זאלסט זען צו העלפן אין שטוב אז עס זאל נישט ארויס קומען קיין קריגערייען, און אויב עס ברעכט אויס א קריג זאלסטו זוכן נישט צו זיין אינדערמיט. ענדערש זיץ אין בית המדרש אדער נעם אן ארבעט פאר בין הזמנים, ווי איידער צו זיצן אינעם קריג.
דו פון דיין זייט זאלסט זיך פירן מיט גוטע מידות, זאלסט שיין רעדן סיי צו דיין טאטע און סיי צו דיין מאמע. ווייל דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף מיט גוטע מידות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר, און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.