שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג איך לאזן מיין קינד ביים בעביסיטער מער פון וויפיל ס'פעלט אויס?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זאגן א יישר כח פאר'ן ראש ישיבה פאר אלע עצות און חיזוק.


אזוי ווי איך ארבעט א גאנצע וואך, אויסער דאנערשטאג, און די ארבעטס פלאץ שטעלט צו בעיבי-סיטינג, און אזוי ווי איך וויל אויסנוצן דעם דאנערשטאג טאג אנצוגרייטן פאר שבת, רייניגן די הויז, קאכן, וואשן וכו', האב איך שוין עטליכע מאל געטראגן מיין בעיבי צו די בעיבי-סיטער דאנערשטאג (וואס מיין קינד האט זייער ליב צו זיין דארט), אבער זייענדיג אינדערהיים טוענדיג די ארבעט האב איך געפילט זייער שלעכט, טראכטנדיג אז די איינע טאג אין די וואך וואס איך האב פריי וואלט איך אפשר ענדערש געדארפט אויסנוצן צו פארברענגען מיט מיין קינד.


וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה צי דאס איז סתם עצת היצר, וואס וויל מיר מאכן פילן צוקלאפט, אז איך טו נישט גענוג אלס א מאמע, אדער אלץ א מאמע מעג איך מיך ערלויבן צו האבן די פאר שעה רואיג צו טון מיין ארבעט, און פארברענגען קען מען גענוג און נאך פרייטאג און שבת, און יעדן טאג נאך די ארבעט.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


מרת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


 


יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב אייער קינד איז צופרידן דארט וואו ער גייט א גאנצע וואך, איז נישט קיין פראבלעם אז מען שיקט אים אהין און מען רוהט זיך אביסל אפ, ווייל אז מען האט אביסל צייט אינמיטן טאג זיך אפצוריען קען מען נאכדעם זיך מער אפגעבן מיט די קינדער.


מען דארף שטענדיג געדענקען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רס"ט): "וואס מען טוט טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכטס"; א מענטש טאר זיך קיינמאל נישט ארום דרייען מיט א שילד געפיל אויף זיין פארגאנגענהייט, נאר שטענדיג פארגעסן וואס עס איז געווען און אנהייבן פון פריש, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון"; מען קען הערן ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס עס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, "אבער ביי מיר - זאגט דער רבי - איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי".


מען זעט אז די תורה הייבט זיך אן מיטן אות 'ב', וואס איז פארמאכט פון אלע זייטן עס איז אפען נאר אויף פאראויס; דאס קומט אונז לערנען אז אויב מען וויל מצליח זיין, טאר מען נישט קוקן אויף צוריק נאר אויף פאראויס. אזוי אויך זאגט מען נאך פון צדיקים, אז די ווייב פון לוט איז געווארן א שטיק זאלץ צוליב דעם וואס זי האט צוריק געקוקט, און ווען מען קוקט צוריק ווערט מען זאלץ, דאס הייסט מען ווערט דערביטערט.


עלטערן דארפן וויסן אז צו גוטע קינדער איז מען זוכה נאר דורך אסאך תפילה; קינדער זענען אזוי ווי פרוכט, אויב מען באוואסערט נישט א פעלד וועט נישט ארויס קומען קיין פירות און תבואה, נאר ווי מער מען באוואסערט דאס, אלץ שענערע פרוכט קומען ארויס. אזוי איז מיט קינדער; ווי מער תפילות, ווי מער טרערן די עלטערן לייגן אויף גוטע קינדער, אלץ מער נחת וועלן די עלטערן האבן.


מוהרא"ש האט דערציילט, א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע ע"ה וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.