שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג מען ליינען גוי'אישע ביכער איבער שלום בית?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט אויס די שיעורים, און איך בין זיך מחיה מיט זיי, ס'האט מיר שוין געלערנט אסאך אין לעבן.


מיט עטליכע יאר צוריק איז ארויסגעקומען א געוויסע בוך פון א גויטע איבער שלום בית, דער בוך איז געווארן זייער שטארק אויפגעכאפט אין די אלגעמיינע וועלט, אבער אויך אסאך היימישע פרויען פון דא אין ניו יארק זענען געווארן זייער באגייסטערט פון די הדרכה פון דעם בוך.


איך האב נישט געוואלט ליינען דעם בוך, פארוואס זאל איך זיך לערנען פון א גוי ווי אזוי צו פירן א אידישע שטוב, א "מקדש מעט". אבער מיינע חבר'טעס רעדן מיר זייער שטארק צו דאס צו קויפן און ליינען, זיי טענה'ען אז "חכמה בגוים תאמין", איך ווייס נישט אויב דאס מיינט טאקע דאס, און איך ווילן וויסן אויף למעשה אויב ס'איז כדאי צו נעמען השקפה פון גוים אויף שלום בית, אויב ס'איז נישט קעגן די תורה.


און אויך וויל איך פארשטיין פארוואס אזויפיל היימישע ערליכע פרויען, וואס וויל בויען ערליכע אידישע שטיבער, ווערן אזוי שטארק צוצוגעצויגן צו הערן וואס א גוי האט צו זאגן ווי אזוי צו בויען א שטוב.


יישר כח, פון א פרוי וואס וויל בויען אן ערליכע תורה'דיגע שטוב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


זייער גוט טוט איר אז איר ליינט נישט דעם בוך וואס א גוי'טע האט געשריבן; וואס זאלן מיר טון אז אידישע קינדער זענען אזוי שטארק איינגעזינקען אין גלות, מען לעבט שוין אזויפיל יאר צווישן די אומות העולם וואס דורכדעם כאפט זיך אריין אין אידישע שטובער גוי'שע דיעות.


עס זענען דא זייער שיינע ספרים אויף שלום בית פון ערליכע אידן; עס איז נישט גוט צו ליינען ביכער וואס גוים שרייבן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געשריבן וואונדערליכע ספרים אויף שלום בית וואס איז שוין דא היינט אויף אפאר שפראכן. אין לשון הקודש איז דא: "אוצר שלום בית", אין אידיש איז דא עטליכע שיינעס ספרים: "מכבד זיין די ווייב"; "מכבד זיין דעם מאן"; "שלום אין שטוב"; "זיך גט'ן איז נישט די עצה"; אזוי אויך איז דא אין ענגליש עטליכע ספרים. דאס זאלט איר ליינען, וועט איר וויסן ווי אזוי צו בויען א ערליכע שטוב.


איך בעט אייך זייער איר זאלט בלייבן שטארק מיט אייער ערליכע וועג און איר זאלט נישט אריין נעמען אין שטוב קיין שום בוך וואס קומט פון גוים, און אויך נישט פון אידיש'ע שרייבער'ס אן אן הסכמה פון אן ערליכער רב. פונקט אזוי ווי ווען עס קומט אריינצוברענגען עסן און טרינקען וועט איר נישט אריין נעמען אין שטוב נאר א זאך וואס האט א גוטע הכשר, נאך אסאך מער דארף מען אכטונג געבן ביים ליינען, כדי מען זאל נישט ווערן פארכאפט מיט שלעכטע דעות.


בויט אייער שטוב אויף די וועג פון די תורה נישט אויף חבר'טעס; ווען איר זעט ביי א חבר'טע א מעגעזין וואס זעט אויס אידיש לויפט דאס נישט קויפן. ווען איר וועלט געוויסט ווער דער שרייבער איז וואלט איר אים דאך נישט אריין גענומען אין שטוב, אזוי אויך זאלט איר נישט אריין נעמען זיינע געשריבענע ארטיקלען.


ווען איר האט אפאר איבעריגע מינוט נעמט דעם ספר תהילים און זאגט אפאר קאפיטלעך תהילים; שמועסט מיטן אייבערשטן און בעט'ס אים: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו האבן א ערליכע אידישע שטוב און קענען מגדל זיין מיינע קינדער און אייניקלעך מיט אמונה און יראת שמים".


אין דעם זכות וואס איר האלט אייער שטוב זויבער און ריין, וועט איר זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע אייערע וועגן.