תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך לערן ברוך ה' יעדן טאג משניות, און איך שפיר אז דאס געבט מיר חיזוק פאר מיין נשמה.
איך האב אמאל געהערט אז ס'איז דא א פראבלעם צו לערנען משניות ביינאכט, וויל איך וויסן וואס צו טון יעצט אין די ווינטער צייט ווען ס'ווערט פרי נאכט, אויב ס'איז אויסגעהאלטן צו לערנען משניות ביינאכט.
יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ס'האט ממש געטוישט מיין לעבן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז בכלל נישט קיין שאלה, אודאי מעג מען לערנען משניות ביינאכט; וואויל איז דעם וואס לערנט משניות ביינאכט.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה יב:): "כָּל הָעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בַּלַּיְלָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹשֵׁךְ עָלָיו חוּט שֶׁל חֶסֶד בַּיּוֹם", ווער עס לערנט תורה ביינאכט וועט האבן א גאנצן טאג חסדים פונעם אייבערשטן; תורה שבכתב לערנט מען בייטאג און תורה שבעל פה לערנט מען אויך ביינאכט, אזוי ווי אונזערע הייליגע חכמים זאגן (מדרש תנחומא כי תשא, סימן לו) ווען משה רבינו איז געווען אין הימל מקבל זיין די תורה, האט ער נישט געוואוסט ווען איז טאג און ווען איז נאכט, נאר ווען ער האט געלערנט תורה שבכתב האט ער געוואוסט אז עס איז טאג און ווען ער האט געלערנט תורה שבעל פה האט ער געוואוסט אז עס איז נאכט.
נישטא קיין זיסערע זאך ווי אויסנוצן די ווינטער נעכט מיט לערנען תורה שבעל פה; מוהרא"ש זאגט נאך בשם דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו אז ער פלעגט רופן די ווינטער נעכט: "די גאלדענע נעכט", ווייל ווינטער ביינאכט קען מען גוט אויסנוצן די צייט אריינצוכאפן לערנען תורה.
זיי זיך קובע צו לערנען משניות - וועסטו זוכה זיין צו א נייע נשמה; דער באר היטב ברענגט אראפ פונעם אר"י הקדוש (שלחן ערוך אורח חיים סימן א, סעיף קטן ו) "כָּתַב הָאֲרִ"י זַ"ל: וְשִׁיעוּר מִשְׁנַיוֹת קוֹדֶם לְכָל דָּבָר, וְעַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה לִנְשָׁמָה, כִּי 'מִשְׁנֶה' אוֹתִיוֹת 'נְשָׁמָה'", ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל מען לערנען די ערשטע שיעור אין משניות, ווייל דורך משניות איז מען זוכה צו א ריינע נשמה; משניות וואשט אפ דעם מענטש פון אלע פגמים.
מה טוב אז דו וועסט זאגן אכצן פרקים משניות יעדן טאג, דער הייליגער מהר"ם פאפירש זאגט (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "טוֹב לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם, וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט דער וואס פירט זיך אזוי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיט'ן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיך נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפ'ן מענטש.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, ער האט מקובל אויף דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין עבירות רחמנא לצלן; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, יהי' איך שיהי', וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיין פלאנטער און ער וועט ווערן אן ערליכער איד", אז דאס גייט ארויף אויף "ח"י פרקים משניות"; אפילו אזא איינער וואס איז נעבעך אראפ געפאלן אין די בלאטע, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג "ח"י פרקים משניות", - וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.