שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג מען מאכן נדרים אין עבודת ה'?
עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער רבי האט געזאגט אז ער פלעגט מאכן אסאך נדרים אין עבודת ה' און זיך געשטארקט דאס אויסצופירן. איז דאס געמאכט אויך פאר אונז? מעג מען מאכן א נדר אויף א זאך וואס גייט זיין שווער אויסצופירן אין עבודת ה'?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן, אז אין זיינע יונגע יארן פלעגט ער זיך פירן צו מאכן נדרים; ער פלעגט זיך אויסשטעלן א סדר היום און מאכן א נדר אז ער גייט עס מקיים זיין, אזוי האט ער נישט געהאט קיין ברירה, ער האט געמוזט טון וואס ער האט צוגעזאגט כדי מקיים צו זיין דעם נדר. איינמאל האט דער הייליגער רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן, אז לויט די גמרא איז דאך נישט קיין גוטע זאך צו מאכן נדרים, ווי אזוי האט דער רבי יא געמאכט נדרים? האט אים דער רבי געענטפערט: "דאס מיינט מען אזעלכע שלימזל'ניקעס ווי איר; די גמרא מיינט מענטשן ווי אייך וואס וועלן נישט מקיים זיין דעם נדר, די טארן נישט מאכן קיין נדרים, אבער איך בין געווען זיכער ביי מיר אז איך וועל נישט עובר זיין דעם נדר וואס איך האב זיך פארגענומען" (עיין ספר פעלת הצדיק, אות מט-נ).


אז עס איז דיר שווער זיך צו שטארקן אויף א געוויסע תאוה אדער א שלעכטע מדה זאלסטו זיך מתבודד זיין אויף דעם - טאג איין טאג אויס, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט ווערן אן ערליכער איד; מיט די הנהגה פון התבודדות דארפן מיר נאכמאכן דעם רבי'ן, דאס איז די שטערקסטע זאך מיט וואס מען קען ווערן אן ערליכער איד, דורך זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג אויפ'ן פשוט'ן שפראך, מאמע לשון. דער הייליגער רבי האט בפירוש געזאגט (שבחי הר"ן, סימן י) אז ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן, און אסאך געשריגן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.