תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די וואונדערליכע וועג פון מעביר סדרה זיין די פרשה במשך די וואך, זונטאג ביז שני און מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אין דעם זכות גיי איך יעצט ענדיגן מעביר סדרה זיין די גאנצע תורה שנים מקרא ואחד תרגום צום ערשטן מאל אין לעבן.
איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי אין די ווינטער חדשים איז מיר אביסל שווער מעביר סדרה צו זיין בייטאג, ווייל איך ארבעט רוב טאג, אויב מעג מען מעביר סדרה זיין ביינאכט, אדער מוז איך זיך אנשטרענגען און מעביר סדרה זיין דוקא בייטאג?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אויב מען איז מעביר סדרה מיט רש"י קען מען לערנען חומש מיט'ן תרגום אפילו ביינאכט, אבער חומש אליינס האט דער הייליגער אריז"ל מקפיד געווען מען זאל נישט לערנען ביינאכט (שער המצוות, פרשת ואתחנן).
זיי שטארק מיט מעביר סדרה זיין; במשך די אלע יארן וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו הערן די ליל שישי שיעורים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, געדענק איך נישט איין וואך וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון די מצוה פון מעביר סדרה זיין. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חר'ן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפה) אז יעדער מענטש איז מחויב צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה צוויי מאל חומש און איין מאל תרגום, און ווער עס איז מעביר סדרה איז זוכה צו אריכות ימים ושנים; דאס איז די בעסטע סגולה צו א גוט לעבן, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.
מוהרא"ש פלעגט אונז בעטן מיר זאלן שוין אנהייבן אנהייב וואך טון די מצוה, אפילו דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [ע' שנז]) מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת; אבער א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שלחן ערוך פסק'נט (שם, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין און די משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.
מוהרא"ש זאגט די סיבה פארוואס מען איז מזלזל אין דעם מצוה, ווייל מענטשן זוכן שלימות, מען וויל מקיים זיין די מצוה אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט - מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, און וויבאלד עס איז זייער שווער פאר רוב מענטשן מעביר סדרה זיין ערב שבת, בפרט ווינטער ווען דער זמן איז זייער פרי, דערפאר זענען מענטשן נישט מעביר סדרה און מען איז מזלזל אין דעם, אבער אז מען גייט מיט'ן שלחן ערוך, מען הייבט אן פון זונטאג, דעמאלט איז מען זוכה צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום וואס דאס איז אויך בכלל מצוה מן המובחר, אזוי ווי די משנה ברורה (שם) ברענגט אראפ פון ספר מטה יהודה: "אִם הוּא קוֹרֵא מִתְּחִלַּת הַשָּׁבוּעַ וְהָלְאָה, הוּא גַם כֵּן בִּכְלָל מִצְוָה מִן הַמֻּבְחָר".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.