תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, איך בין זיך זייער מחזק און אייבערשטער פרובירט מחזק צו זיין אויך אנדערע.
איך האב חשק צו עפענען א בית המדרש "היכל הקודש" ביי אונז אין שטאט ..., איך וויל וויסן אויב איך האב רשות דאס צו טון, צו עפענען א "היכל הקודש" ביי מיר אין שטוב.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו וואו דו פרעגסט מיר רשות אויב דו מעגסט עפענען א בית המדרש 'היכל הקודש' אין ... יצ"ו.
איך בין נישט בעל הבית אויף היכל הקודש, איך בין סך הכל א גאסט אין היכל הקודש. איך בין א פרישער מקורב וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר א מתנת חינם און מיר מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן.
איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש זכר צדיק לברכה און מיין לעבן האט זיך מיר געטוישט; דאס קען מען נישט מסביר זיין און דאס קען מען נישט אראפשרייבן, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהילים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער הייליגער רבי (שיחות הר"ן, סימן א): "וואס איז דאס 'אֲנִי' - איך ווייס? זאל שטיין: 'כִּי גָּדוֹל ה'' - דער אייבערשטער איז גרויס?!" ענטפערט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, "וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה'", איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, "אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא", איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים. דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ" - כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ, יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.
איך בין נישט דער וואס געבט רשות צי מען קען עפענען א בית המדרש 'היכל הקודש'; ווען איך קען ווען אפלאזן מיין אמט פון זיין ראש ישיבה און זיצן אין די זייט וואלט איך דאס געטון. איך בין געקומען קיין ברסלב צו זיצן אין די זייט, צו דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען וכו' וכו'. איך האב זיך אזוי מחי' געווען די ערשטע פאר יאר ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש, איך האב מיט קיינעם נישט גערעדט און מיט קיינעם נישט געהאט, עס האט מיר נישט אינטערעסירט קיין שום נייעס - אפילו פון היכל הקודש, איך בין בלויז געקומען הערן די חיזוק פון מוהרא"ש און דאס מקיים געווען. דאס זענען געווען זייער געשמאקע יארן וכו', אבער דער אייבערשטער האט אנדערש געוואלט; מוהרא"ש האט מיר געהייסן עפענען א ישיבה און געבן דרשות וכו' וכו' טו איך דאס מיט די גרעסטע שמחה.
שפעטער ווען מען האט ארויס געווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות האב איך נישט געהאט קיין ברירה און איך האב געעפנט די ברסלב'ע חדר, און א יאר שפעטער האט מוהרא"ש מיר געהייסן עפענען א מיידל סקול. עס איז מיר נישט גרינג דאס צו פירן, אבער אז איך האב דאס אנגעהויבן וועל איך דאס ענדיגן און פארגרעסערן מיטן הילף פונעם אייבערשטן. יעדן טאג טראכט איך: 'הלואי ווען איך קען ווען זיצן פאר מיר אזוי ווי אמאל אין מיין ווינקעלע לערנען און דאווענען וכו''; אבער אז דער אייבערשטער וויל אנדערש דארף מען אלעס אוועק לייגן צו טון דעם רצון ה'.
הער אויס די דרשות פון סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו וואס ער האט געזאגט פורים (עס איז געדרוקט אין חידושי תורה, פורים); דער רבי פלעגט טרינקען זיבן כוסות וויין און נאכדעם האט ער געוויינט וכו', ער פלעגט זאגן: "איך בין אזוי מקנא א פשוט'ער איד וואס קומט אין שול יעדן צופרי לערנען און דאווענען; וואס זאל איך טון אז עס איז אויף מיר נגזר געווארן צו זיין באשעפטיגט מיט'ן רבים, אבער אז דאס איז די רצון ה' וועל איך דאס טון וכו'".
אז דו ווילסט עפענען א שול ביי דיר און שטוב דארפסטו נישט קיין רשות, נישט פון מיר און נישט פון קיינעם וכו', דו דארפסט נאר איין זאך זען אכטונג צו געבן, מען זאל רעדן ביי דיר אין שטוב נאר דיבורים פון רבי'ן אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך - אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. ליידער פארדרייט מען דעם קאפ אין ברסלב מיט הבל הבלים, שיחות פון דעם זקן, און פון דעם נאר; שיחות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. בפרט לעצטנס איז מען פארנומען מיט מחלוקת און קריגערייען, דער שרייט אויף דעם: "דו ביסט נישט ברסלב", און דער שרייט אויף יענעם: "דו ביסט נישט די עכטע ברסלב", בשעת ווען מיר זענען אלע דא נאר געסט און נאך אביסל גייען מיר אלע אהיים; ווי איז דא צייט צו רעדן פון א צווייטן? ווי איז דא צייט צו זיין פארנומען מיט א צווייטן?!
מוהרא"ש זאגט: "אלע שרייען 'מיר זענען די אמת און יענער איז דער שקר', ווער איז טאקע אמת?" זאגט מוהרא"ש אז "אֱמֶת" איז "אֱ-מֶת" - אֶהְיֶּ' מֵּת, איך גיי איין טאג זיין א מֶת, א גוסס און עס וועט פון מיר גארנישט איבערבלייבן, נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס איך כאפ אריין יעדן טאג, נאר דאס ביסל חסד וואס איך טו יעדן טאג; אלע וועלן מיר דארפן ליגן מיט די פוס צום טיר און עס וועט גארנישט נוצן, דעמאלט וועט נישט העלפן די אלע מחלוקת, דעמאלט וועט מען זיין א גרויסער רחמנות. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיר נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר, "אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה", און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן, ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', "אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין דיין ארבעט מיטן בויען א היכל הקודש און מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א פרייליכן יום טוב.