שאלה אין קורצן ענין
#31 - וועלכע הכשרים מעג מען עסן?
כשרות, חיזוק פאר פרויען, קינדער, מורה דרך, היכל הקודש, מנהגים, חברים, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי מיר האבן זיך אריבערגעצויגן צו אן אנדערע געגנט, און דא איז שווערער צו טרעפן עסנווארג מיט די בעסטע אנגענומענע הכשרים אזוי ווי מיר זענען געווען צוגעוואוינט אין אונזער פריערדיגע פלאץ, האבן מיר אנגעהויבן עסן נאך פארשידענע הכשרים וואס חברים פון היכל הקודש האבן געזאגט פאר מיין מאן אז יענע הכשרים זענען גוט און אז מוהרא"ש האט געהאלטן פון די הכשרים. האב איך אבער געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי זיך צו פירן איבער דעם.


איך האב געוואלט פרעגן נאך א זאך, איך גיי צו די צוזאמקומען פון פרויען פון היכל הקודש ביי אונז אין שטאט, און די פרויען האבן גערעדט וועגן זיך אפרוען פון נאך קינדער, און איך דארף זיך כסדר פארענטפערן פאר זיי, און דאס נעמט מיר אוועק די אפעטיט פון אהינגיין נאכאמאל. איך וויל האבן אסאך געזונטע קינדערלעך בעז"ה, אפילו עס איז שווער, און איך בעט נישט קיין הילף פון זיי. אבער איך ווער זייער צעבראכן צי איך בין גערעכט צי נישט, יעדעס מאל איך בין אביסל אויסגעמוטשעט טראכט איך שוין נאכאמאל צי איך האב כח פאר קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען קומט קיין היכל הקודש - טאר מען נישט מזלזל זיין אין די גוטע וועג ווי מען האט זיך געפירט ביז אהער, היכל הקודש איז נישט אוועק צו נעמען די גוטע מנהגים, היכל הקודש איז - אויסלערנען די עצות פון רבי'ן; התבודדות, שמחה, זיך מחי' זיין מיט גוטע נקודות, אכטונג געבן אויף שלום בית; נישט אויף מזלזל זיין אויף מנהגים וואס מען האט זיך געפירט ביז אהער.


לאזט נישט נאך אויף הכשרים, בפרט פלייש דארף מען נאכמער אכטונג געבן צו עסן נאר פון א גאר ערליכע הכשר. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לז) אז צוליב נישט ערליכע שוחטים - מוטשעט מען זיך מיט פרנסה; גייט מיט די וועג פון אמאל, און נעמט היכל הקודש אויף חיזוק צו זיין פרייליך און צו מקיים זיין די תורה מיט שמחה.


בנוגע וכו'; אז מען קומט זיך צוזאם - די פרויען פון אנשי שלומינו – איין מאל א וואך אדער איין מאל א חודש - איז דאס זיך צו מחזק זיין אין די ענין פון רעדן צום אייבערשטן, און חיזוק אין זיין א געטרייע ווייב און א רואיגע מאמע; און אז דער זאגט דעות וועגן האבן קינדער וכו' און יענער זאגט דעות וכו' - דאס איז נישט קיין זאך וואס מען מעג רעדן, דאס איז נישט קיין זאך וואס חבר'טעס מאכן אפ, דאס האט מיט גרויסע ערליכע רבנים, דאס איז נישט קיין זאכן וואס מען רעדט ביי פרויען שמועסן.


גייט מיט אייער מאן נרו יאיר צו ענקער דיין, ענקער מורה דרך, און ער וועט אייך מדריך זיין מיט די וועג פון די תורה. ווייל עס איז דא צייטן וואס מען דארף בויען די וועלט, און עס איז דא צייטן וואס מען דארף זיך אפרוען, און ביי די פרויען צוזאמקום זאלט איר גיין זיך מחזק זיין און שעפן פרישע כוחות; מען קען שמועסן פון שטוב זאכן, פון קליידער, פון קאכן און באקן, פון עצה'לעך ווי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, אבער נישט אויף צו מאכן א משפחה פלאן וויפיל קינדער, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ווי אזוי לעבט מען א "גן עדן לעבן" אויף די וועלט?
קינדער, חסידות ברסלב, אמונה, היכל הקודש, הפצה, ניגונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט אלץ, איך הער שוין אויס די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און די אידישע ניגוני אמונה פאר מער פון צען יאר, בעיקר די אידישע ניגונים איז וואס האלט מיר ממש אן פאר די אלע יארן.


איך קען נישט צו זיך קומען פון די מעשה וואס איך האב היינט געהאט, איך האב געטראגן מיין צוויי יעריג אינגעלע אין פלעיגראופ, איך האב אבער נישט געקענט טרעפן פארקינג, און איך האב זיך ארומגעדרייט עטליכע מאל די גאס, מיין אינגל האט מיר געפרעגט פארוואס מען גייט נאכנישט אריין און איך האב געזאגט אז איך טרעף נישט קיין פארקינג, זאג ער מיר צוריק, "טאטי האסט פארגעסן? לאמיר בעטן דעם אייבערשטן!", און ער הויבט גלייך אן זאגן, "הייליגער באשעפער העלף מ'זאל טרעפן פארקינג", און גלייך דעמאלט איז ליידיג געווארן א פלאץ צו פארקן.


שפעטער אין טאג אינדערהיים איז אויך געווען עפעס ענליכס, און ער זאגט גלייך, "לאמיר נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן". מיין ווייב ליינט די גליונות און בריוו, און זי באקט עס אריין אין די קינדער, צו בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן.


איך האב נאר געוואלט לאזן וויסן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז בזכות די שיעורים, ניגונים, און בריוו, איז דא א משפחה וואס לעבט באמת אין גן עדן התחתון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב אזוי אז דיין לעבן איז 'גן עדן', דיין גאנצע משפחה לעבט אין 'גן עדן התחתון' - זאלסטו אריינשלעפן נאך מענטשן אין גן עדן, זאלסט פארשפרייטן די עצות פאר אנדערע; דאס איז די סימן אז מען לעבט א גוטע לעבן, אז מען העלפט אנדערע זאלן אויך האבן די לעבן.


דער הייליגער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, מעשה פון די זיבן בעטלערס), דעם צווייטן טאג איז געקומען דער טויבער בעטלער און דערציילט פאר די חתן כלה פון זיין חיים טובים, אז איינמאל האבן זיך מענטשן בארימט מיט זייער חיים טובים, האט דער טויבער בעטלער זיי געזאגט: "אויב איר לעבט א חיים טובים, פארוואס העלפט איר נישט די מדינה וואס האבן געהאט דעם שיינעם גארטן און דער גראדניק (גארדנער) איז פארלוירן און קיינער קוקט זיך נישט אום אויפן גארטן, און אויך איז געקומען דער מלך האכזר און חרוב געמאכט דעם שיינעם גארטן, איז אויב איר לעבט א חיים טובים העלפ'זשע די מדינה", און דער בעטלער האט זיי געזאגט: "אויב וועט איר זיי נישט העלפן וועלן ענקער חיים טובים אויך קאליע ווערן"; ווייל נאר די וואס זענען עוסק אין הפצה - די בלייבן ביים רבי'ן מיט א חיים טובים, און די אלע וואס בארימען זיך מיט זייער חיים טובים אבער זיי טוען נישט פאר אנדערע, אז זיי זאלן אויך האבן א חיים טובים - פארלירן זיי אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - פארוואס איז ביי מיר אזוי אנגעצויגן אין דעם פרייליכן טאג פון פורים?
היכל הקודש, שמחה, משפחה, עצבות, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וועגן פורים, איך האב קע"ה פינף קליינע קינדער און עס קומט מיר אן זייער שווער דאס ארומלויפן אום פורים פון איין באבע צו די אנדערע, איך טראכט אז פורים וואלט געדארפט זיין אזא פרייליכע טאג, מען זאל זיין אויף איין פלאץ, מאכן א פרייליכע סעודה, און טאנצן און זיך פרייען אויף אלע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון און טט נאכאלץ מיט אונז, אבער למעשה איז עס מיר אזא אנגעשטרענגטע טאג וואס מען דארף ארומלויפן צו אלע זיידעס און באבעס, און ביי יעדע הויז דארף מען נאכאמאל אויסטון די מאנטלען אז יעדער זאל זען ווי שיין די קינדער זענען פארשטעלט, און די קינדער אליין זענען אינגאנצן צעדרייט, און אזוי בלייבט נישט צופיל כח און מח צו זיין פרייליך.


אויסער דעם האב איך זייער שטארק חשק אנצוקומען אום פורים אווענט אין היכל הקודש צו טאנצן און זיך פרייען מיט אנשי שלומינו, איך פרוביר זייער שטארק נישט צו טרינקען קיין סאך וויין א גאנצן טאג אז איך זאל קענען העלפן מיין ווייב און נאך קענען אנקומען אין שול, אבער נאך אזא שווערע טאג דארף איך נאך אהיימגיין העלפן מיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער און נאכדעם פאל איך אריין אין בעט און אום שושן פורים האב איך אזוי חרטה פארוואס איך בין נישט אנגעקומען אין שול. יעדעס יאר ווען דער ראש ישיבה פארציילט די מעשה פון "צרות לבבי הרחיבו ממצוקותי הוציאני", ווי אזוי דער איד איז געהאלפן געווארן ביים טאנצן מיט אנשי שלומינו ביי רבי מאיר טעפליקער ז"ל, שטערט מיך עס נאכאמאל אזוי שטארק אז איך בין נישט אנגעקומען צו זיין פורים מיט אנשי שלומינו.


מיין שאלה אין קורצן איז צוויי זאכן: איינס אז עס א שווערע טאג בכלל, און צווייטנס אז איך קום נישט אן אין שול. אפשר קען דער ראש ישיבה שרייבן עפעס חיזוק און עצות אויף דעם? דער אייבערשטער זאל געבן כח פאר'ן ראש ישיבה ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט דערויף; אז מען פארשטייט וואס עלטערן זענען, מען האלט די עלטערן טייער, - איז בכלל נישט שווער צו גיין צו זיי; אדרבה, מען פריידט זיך ווען עס קומט א יום טוב וכדומה, מען ווארט אויף א געלעגנהייט ווען צו גיין צו א זיידע, א באבע - זיי מחי' זיין און נעמען ביי זיי א ברכה. ביי די מענטשן וואס ווייסן דאס חשיבות פון עלטערן - איז דאס די גרעסטע שמחה, צו קענען גיין פורים מיט די משפחה; עס איז בכלל נישט שווער אנצוטון און אויסטון די מאנטלען, ווייזן פאר יעדע זיידע און באבע די פארשטעלאכטס, עס איז א שמחה און א פרייד.


נישט אלע זענען זוכה צו קענען גיין צו עלטערן, אסאך משפחות וואלטן געוואלט גיין פורים צו זיידעס און באבעס אבער זיי האבן ליידער נישט; אז דו האסט באבעס מיט זיידעס וואו צו גיין מיט דיינע קינדער - זאלסטו גיין מיט שמחה און פרייד. אויך איז דאס א גרויסע מצוה, מחי' זיין עלטערן; עס איז פון די גרעסטע מצוות אין די תורה.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו האבן א פרייליכן פורים, זאלסט קענען אויסניצן דעם טאג מיט גוטע זאכן און טון די מצוות מיט שמחה. פורים איז אזא גרויסע טאג, מען קומט צו די בחינה פון (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", מען ווערט געוואר אז אלעס איז דער אייבערשטער, סיי ווען עס גייט איבער אויפ'ן מענטש שווערע ביטערע נסיונות, בבחינת "אָרוּר הָמָן", און סיי ווען עס גייט אלעס גוט, בבחינת "בָּרוּךְ מָרְדְכַי"; אלעס איז דער אייבערשטער, מען קומט צו די העכסטע דרגא, מען וויל גארנישט - נאר דעם אייבערשטן.


ווען א מענטש איז זיך מבטל צום אייבערשטן, ער וויל גארנישט, ער דארף גארנישט; ער ווייסט ביי זיך 'איך בין גארנישט', ער דארף נאר דעם אייבערשטן, - דער מענטש איז פרייליך וואו ער געפונט זיך. מען קען שרייען (תהלים כה, יז): "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ, מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", - וואו אימער מען געפונט זיך, מען דארף נישט זיין דוקא צווישן אנשי שלומינו צו קענען זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן; דער רבי געבט אונז אזא שכל, א מענטש הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן איבעראל, ער איז זיך מחי' מיט אמונה וואו ער געפונט זיך.


אודאי איז א געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו אין אזא הייליגע טאג, מען טאנצט אינאיינעם, מען פריידט זיך אינאיינעם, מען וויינט אינאיינעם, מען דאנקט אינאיינעם וכו' וכו'; אבער דאס איז נאכן זיין מיט די משפחה, נאכן זיין ביי די עלטערן, עלטערן קומען פאר דעם; גיין צו עלטערן, זיי מחי' זיין - איז די העכסטע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - איך בין געווען ארויס פון געגנט, האב איך יוצא געווען ראש השנה אין אומאן?
אומאן, ראש השנה, מוהרא"ש, היכל הקודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זוכה געווען צו זיין ראש השנה אין אומאן, איך בין איינגעשטאנען אינעם בנין היכל הקודש מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איך בין געווען עטליכע מאל אום יום טוב ביים ציון, אבער נאכאלץ שפיר איך אזוי ווי איך בין נישט געווען אין אומאן, ווייל דער בנין איז אזוי ווייט ארויס פון געגנט, אז איך ווייס נישט אויב דאס ווערט נאך גערעכנט ווי אומאן. האב איך יוצא געווען דאס זיין אין אומאן אויף ראש השנה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאנץ פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


דו האסט זוכה געווען צו זיין אין אומאן ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, מיט דעם אליינס דארפסטו זיך פרייען א גאנץ יאר; כל שכן אז דו ביסט געווען מיט תלמידי היכל הקודש, האסט געדאווענט די תפילות מיט אנשי שלומינו, האסט געהערט די תקיעות, די דרשות און די שיעורים ביי אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, - דארפסטו דאך זיין זייער זייער פרייליך און בעטן דעם אייבערשטן אז דעם קומענדיגן יאר און אלע יארן זאלסטו מיט דיינע קינדער און אייניקלעך זוכה זיין צו זיין מיט די הייליגע חבורה.


עס איז גאר אנדערש אין היכל הקודש ווען דער בעל תפילה זאגט (יוצר לשחרית, יום ב): "שֻׁלַּחְתִּי בְּמַלְאֲכוּת סֶגֶל חֲבוּרָה" איך בין געשיקט געווארן מיט א שליחות פון א חשוב'ע חבורה, "שׁוֹמְרֵי אֱמוּנָתְךָ וּמְיַחֲדֶיךָ בְּמוֹרָא", א חבורה וואס האבן א שטארקע אמונה, און זיי איינציגן דיין נאמען, דער בעל תפילה זאגט צום אייבערשטן: "איך שטייי דא בשליחות פון א גרופע פון אמונה, א גרופע וואס לעבט מיט דיר, א גרופע וואס האבן יראת שמים".


עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט דאס אין היכל הקודש, וואס די גאנצע מנין, די גאנצע קהל, כל הקהל הקודש - איז איין שטיק אמונה, א גרופע צדיקים. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט (ספר ארך אפים, פרק ה): "הֵם הַצַּדִּיקִים הַגְּנוּזִים, צַדִּיקֵי אֱמֶת שֶׁבְּדוֹר הַזֶּה"; תלמידי היכל הקודש, זיי זענען די באהאלטענע אמת'ע צדיקי הדור; זיי לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיי לעבן בתמימות ובפשיטות און טוען דעם הייליגן רבינ'ס ווילן.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט ראש השנה שנת תשע"ב נאך תפילת שחרית: "וויסן זאלסטו, זייט עס איז דא א קיבוץ ביים רבי'ן, איז נאכנישט געווען אזא קיבוץ; דער רבי איז דא, רבי נתן איז דא, אלע צדיקים זענען דא"; עס איז געווען די ערשטע יאר וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו דאווענען פאר'ן עמוד און די בחורים זאלן העלפן דאווענען. מוהרא"ש איז געווען אזוי פרייליך, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט אזעלכע ווערטער וואס איך האב נישט געהערט, נישט פאר דעם און נישט נאכדעם.


זיי פרייליך.

#27 - ווי אזוי מאך איך זיכער איך זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון היכל הקודש?
תפילה והתבודדות, צדיקים, היכל הקודש, התחדשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל דאנקען און לויבן דעם הייליגן באשעפער פאר'ן טרעפן אזא גוטע ראש ישיבה וואס האט געטוישט מיין גאנצע לעבן. איך האב אנגעהויבן מיטהאלטן די שיעורים נישט צו לאנג צוריק, און איך האב שוין געענדיגט סדר זרעים און סדר מועד פון משניות.


איך וויל פרעגן ווי אזוי איך קען זיכער מאכן אז איך זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון דעם הייליגן פלאץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו ביסט זיך מתבודד זאלסטו דערציילן דעם אייבערשטן וויאזוי דו האסט אויסגעזען פאר דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, וואס דער רבי האט געטון מיט דיר און וואס דער רבי טוט מיט דיר נאכאלץ.


ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן דעמאלט איז מען זייער פארפלאמט, מען איז זייער צוקאכט; עס הויבט זיך אן נייע זאכן מיט לערנען, מיט דאווענען און מיט שפירן דעם אייבערשטן. במשך הזמן ווערט דאס א חלק פונעם לעבן, דעריבער קען פאסירן אז מען פארגעסט וכו'; דארף מען כסדר דערציילן דעם אייבערשטן דעם גאנצן אמת, ווער בין איך, ווי אזוי קוק איך אויס אן דעם הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - ווי אזוי ווערט מען א תלמיד היכל הקודש?
אומאן, אמונה, ספרי ברסלב, מוהרא"ש, היכל הקודש, ניגונים, תלמיד, חסידות, רבינו ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל, א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו וואס זענען מיר גאר שטארק מחזק.


איך בין א אינגערמאן מיט א געבענטשטע משפחה, איך ארבעט פאר פרנסה, און איך הער די שיעורים און איך ליין די בריוו פון עצתו אמונה. מיין שאלה איז, קען איך זיך אויך רעכענען פאר א תלמיד הישיבה פון דערווייטנס דא וואו איך וואוין, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג? און אויב יא, ווי אזוי?


נאך א זאך וויל איך פרעגן, איך האב געזען וואס איר האט מיר געענטפערט איבער דעם וואס איך האב געפרעגט וואס דער רבי זאגט אז דורך א ניגון פונעם צדיק גייען אוועק די שאלות פון חלל הפנוי. דער ראש ישיבה האט געשריבן, "וויסן זאלסטו אז דורך די ניגון פונעם צדיק קומען אלע צוריק צום אייבערשטן, אלע וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אפיקורסות, זיי האבן קשיות אויף די אמונה - די אלע, ווען זיי הערן די ניגון פונעם צדיק - קומען זיי צוריק", איך האב אבער נישט פארשטאנען ווי אזוי מ'נוצט דאס אויף למעשה, איז דאס עפעס א געוויסע ספעציעלע ניגון וואס מ'דארף זינגען? אדער סיי וועלכע ניגון פון א צדיק וואס איז מעורר אויף דעם "ממלא כל עלמין", אז דער אייבערשטער איז איבעראל, העלפט אויך? ביי מיר ארבעט עס אז יעדעס מאל ווער איך נתעורר דורך אן אנדערן ניגון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט פון די נקודה, מען זאל נישט מיינען אז דער רבי איז מצומצם אין א געוויסע פלאץ. לאנגע יארן האט מען געמיינט אז דער רבי איז מצומצם אין די שול אין ירושלים; אלע האבן נאר געוואלט קומען קיין ירושלים צום שול, כאילו נאר דארט איז דער רבי'ס זאך, מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט קעגן דעם, מען זאל וויסן אז דער רבי איז איבעראל, דער רבי געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים, דארט וואו מען לערנט זיינע הייליגע ספרים און וואו מען פאלגט די עצות.


ווען מען האט נישט געקענט פארן קיין אומאן איז געווען א גרויסע מחלוקת צווישן אנשי שלומינו וואו דער קיבוץ איז; א טייל האבן געזאגט דער קיבוץ איז אין ירושלים און א טייל האבן געזאגט אז דער קיבוץ איז אין מירון, ביים קבר פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, ביז מוהרא"ש איז געקומען, ער האט גערעדט און געשריבן אז מען זאל נישט מאכן קיין עסק - נישט פון מירון און נישט פון ירושלים; דער קיבוץ איז אין אומאן, און אז מען קען נישט זיין אין אומאן, איז איבעראל וואו עס קומען זיך צוזאמען צען מענטשן אנשי שלומינו וואס גלייבן אין רבי'ן - דארט איז א קיבוץ.


אויך אין אומאן האט מהרא"ש מבטל געווען די טפשות פון די וואס האבן געזאגט אז דער רבי איז אין קלויז, דער רבי איז דא, דער רבי איז דארט; מוהרא"ש האט געזאגט: "דער רבי געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים, דארט וואו מען לערנט די ספרים און מען איז מקיים די עצות", ובפרט דארט וואו מען פאלגט דעם רבי'ן בענין קירוב רחוקים, וואס דער רבי האט אזוי סאך גערעדט פון דעם, מען זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


דאס זעלבע זאג איך דיר, דו ווילסט זיין א תלמיד היכל הקודש; א תלמיד היכל הקודש איז נישט דער וואס איז נאנט, די וועלכע זענען נאנט און טוען נישט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט - האבן גארנישט קיין שייכות מיט היכל הקודש, מען קען זיין נאנט און מען איז ווייט, און מען קען זיין ווייט און מען איז נאנט; נאנט איז דער וואס לערנט אסאך אשר בנחל, דער וואס איז זיך מחזק מיט די עצות.


אויף די פראגע וועגן די ניגון וואס דער רבי רעדט וכו'; די צדיקים זענען מגלה די ריינע קלארע אמונה, זיי זינגען ניגונים פון אמונה און דורך דעם קערן זיך אלע צוריק צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געמאכט א ניגון אויף די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב דאס גיין אליין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליין אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזונגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט הונדערטער מאל, ביז עס איז געווארן די שיינע ניגון.


ווען מען זינגט די ניגונים ווערט מען שטארק אין אמונה, מען באקומט א לויטערע אמונה. די צדיקים, זיי ברענגען אריין א שטארקע אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "עַל כֵּן כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", די אלע וואס זענען זוכה צו מקורב ווערן צו אן אמת'ן מנהיג זענען זוכה צו האבן אמונה, "אֲבָל בֶּאֱמֶת צְרִיכִין לְחַפֵּשׂ וּלְבַקֵּשׁ מְאֹד מְאֹד אַחַר מַנְהִיג אֲמִתִּי כָּזֶה", אבער מען דארף זוכן זייער שטארק אז מען זאל טרעפן אן אמת'ער מנהיג, "וְצָרִיך לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער מנהיג, "כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", כדי מען זאל זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה, "כִּי כְּשֶׁמִּתְקָרְבִין, חַס וְשָׁלוֹם, לְמַנְהִיג שֶׁל שֶׁקֶר", ווייל ווען מען ווערט מקורב צו א פאלשער מנהיג, "עַל יְדֵי זֶה בָּאִין, חַס וְשָׁלוֹם, לֶאֱמוּנוֹת כָּזְבִּיּוֹת", פארלירט מען די אמונה און מען הייבט אן גלייבן אין פאלשע זאכן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א שטארקע אמונה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#25 - פארוואס איז מען נאכאלץ אזוי שטארק קעגן מוהרא"ש?
סיפורי צדיקים, מחלוקת, מוהרא"ש, היכל הקודש, הפצה, זיכוי הרבים, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק. אויך וויל איך דערציילן אז איין טאג לעצטנס איז געווען גאר שטארק הייס דא אין ארץ ישראל, און איך האב געקלערט אויב איך זאל יא גיין הפצה אדער נישט, און פונקט דעמאלט האב איך געהערט א שיעור און אינמיטן האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דארט איבער די חשיבות פון א מפיץ, און זיך אויסגעדריקט, "אמאל קען א מפיץ זיין פויל, און טראכטן היינט איז צו הייס, איך וועל שוין גיין מארגן", און דאס איז מיר געווען ווי א צייכן פון הימל און איך בין ברוך ה' געגאנגען הפצה טראץ די שרעקליכע היצן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מ'זעט לעצטנס אז ס'עפענען זיך פילע ברסלב'ע שולן אין אמעריקע, אין אלע שטעט, אבער פון דעסט וועגן איז נאכאלץ דא א שטארקע התנגדות קעגן היכל הקודש, מ'לאזט נישט אריין דארט די ספרים פון מוהרא"ש און די ברסלב'ע גליונות.


איר זענט דאך באקאנט מיט די ברסלב'ע חסידים דארט, פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס זאל מען אין ברסלב זיין אזוי שטארק קעגן היכל הקודש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין הפצה; פארשפרייטן פאר אידישע קינדער די זיסע עצות פון רבי'ן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי דער אייבערשטער ווארט מען זאל תשובה טון.


דער אייבערשטער האט זייער ליב א מענטש וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים; שטעל זיך פאר אז דו האסט א זון וואס רעדט מער נישט מיט דיר, ער איז אנטלאפן פון שטוב, ער דריידט זיך מיט נישט גוטע מענטשן און ער פאלט נעבעך אראפ אין עבירות - ווי דאס רייסט ביים הארץ, און עס קומט איינער און הייבט אן רעדן צו דיין זון, ער ברענגט אים ספרים, קונטרסים און ניגונים פון תשובה, ער איז אים מחזק צוריק צו קומען צום אייבערשטן און שלום מאכן מיט דיר, ווי אזוי וואלסטו געקוקט אויף דעם מענטש - ווי א שנארער? ווי א בטלן? דו וואלסט דאך דעם מענטש געקושט און געהאלזט, ער וואלט געהאט ביי דיר אן אפענעם טיר...


מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט דיין זון רבי מיכעלע זלאטשובער, אז דא אין הימל מאכט מען פון אים אזא רעש?" האט דער טאטע - רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


בנוגע די מחלוקת אויף מוהרא"ש וכו'; דער רבי האט שוין געענטפערט און געזאגט פארוואס מען לאכט און מען שפעט פון אים. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי געב זיך אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה"; דאס איז דער תירוץ, אז עס איז דא א צדיק וואס האט א כח צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ער איז בכח צו ברענגען די גאולה שלימה - קומט דער סמ"ך מ"ם און מאכט ליצנות כדי אז מענטשן זאלן נישט נעמען די ספרים.


מיר דארפן זיך נישט מבלבל זיין פון דעם, מיר דארפן גיין אין די פיס טריט פון מוהרא"ש וואס האט נישט געקוקט אויף קיינעם נאר ער האט זיין גאנץ לעבן פארשפרייט אמונה פאר אידישע קינדער; ער האט זיך נישט אפגעשטעלט צוליב די לאכערייען און דאס חוזק מאכן, ווייל אין די צייט וואס דער וואס פאררופט זיך עכטער ברסלב'ער וויל נישט נעמען די ספרים און הייבט אן פרעגן קשיות און שאלות - קען מען מזכה זיין צענדליגער מענטשן, זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


ליצנות איז געווען אלע יארן, פון אלע צדיקים האט מען געשפעט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ב, ג): "אֵין לְךָ דּוֹר שֶׁאֵין בּוֹ לֵיצָנִים", אין יעדער דור זענען דא ליצנים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצז): נאכדעם וואס די תורה דערציילט דאס גרויסקייט פון חזקיהו המלך, זאגט דער פסוק (דברי הימים ב לב, א): "אַחֲרֵי הַדְּבָרִים וְהָאֱמֶת הָאֵלֶּה בָּא סַנְחֵרִיב", זעט מען פון דעם אז עס קען זיין א צדיק אזוי גרויס ווי חזקיהו המלך, וואס די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין צד:) אז ער האט אריין געברענגט לימוד התורה אין אלע אידן, אזוי ווייט אז קליינע קינדער זענען געווען באקאנט אין אלע הלכות פון טומאה וטהרה, נאך זאגן חז"ל (שם, צד.) אז חזקיהו המלך איז געווען אזוי גרויס אז ער וואלט ווען געדארפט זיין משיח צדקינו, מיט דעם אלעם זאגט די תורה: "אַחֲרֵי הַדְּבָרִים וְהָאֱמֶת הָאֵלֶּה בָּא סַנְחֵרִיב", האט דער רבי געזאגט, אז מען זעט פון דעם אז נאכדעם וואס עס זענען פארהאן גרויסע צדיקים וואס קענען ברענגען די גאולה קומט סנחריב און מאכט אלעס חרוב.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט ווייטער עוסק זיין אין הפצה; גיי נישט אין קיין וויכוחים מיט קיינעם, בפרט מיט די וואס רופן זיך עכטע ברסלב'ער. עס איז א שאד די צייט; אונזער זאך איז הפצה. דער רבי דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה זיי זאלן אנטרינקען ביימער, איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון, אנטרינקען ביימער; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דער רבי בעט אונז מיר זאלן מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן; א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", דאס האט דער חכם געבעטן זיינע קינדער, זיי זאלן עוסק זיין און אנטרינקען אידישע קינדער מיט חיזוק און עצות זיי צו העלפן וואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ווי אזוי קענען מיר נעמען "היכל הקודש ברסלב" פאר אונזער וועגווייזער?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, אשר בנחל, היכל הקודש, עצתו אמונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס א גרויסן יישר כח פאר אלע בריוו, ניגונים, און שיעורים, וועלכע האבן ממש אויפגעלאכטן אונזער שטוב, איך מיט מיין מאן האלטן אלעס מיט, און דאס געבט אונז א וועג אין לעבן, מיין מאן באשלאסן אז נאר אין היכל הקודש ברסלב איז דא דער ריכטיגער מהלך פאר א אידישע שטוב.


מיר האבן אבער אסאך ספיקות און שאלות ווי אזוי זיך צו פירן ביי אסאך זאכן, און מיר ווייסן נישט ווי אזוי אנצוקומען און צו קענען פרעגן אלע אונזערע שאלות. מיר ווילן וויסן ווי אזוי מיר קענען אנקומען צום ראש ישיבה שליט"א אונז צו פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז נאר דורכ'ן לערנען דעם רבינ'ס ספרים קען מען האבן א שייכות מיט'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים האט מען א גלייכן וועג אין לעבן, ווייל אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אין רבינ'ס תורות, אין ליקוטי מוהר"ן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


אזוי אויך אז מען לערנט דעם ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זיבעציג טויזנט בריוו, קען מען זען די גלייכע וועג אין לעבן; מען ווייסט ביי יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן, ווער עס האט א פראגע קען זען אין אשר בנחל קלארע תשובות ווי אזוי זיך צו פירן. מוהרא"ש האט געזאגט אז יעדער וואס האט א שאלה זאל עפענען אן "אשר בנחל" וואו ער וועט טרעפן א תשובה; דאס איז בדוק ומנוסה.


אויך זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין ספר "עצתו אמונה"; יעדער בריוו איז שכל פאר'ן לעבן, יעדע בריוו איז שייך פאר יעדן מענטש, פון יעדע בריוו קען מען ארויסנעמען נאך שכל פאר'ן לעבן. מאכט זיך א שיעור דערין, יעדן טאג זאלט איר לערנען אפאר בריוו, אלע ספיקות און שאלות וועלן אייך פארענטפערט ווערן; אלעס וואס שטייט אין די בריוו איז גענומען פון מוהרא"ש, פון ספר אשר בנחל, עס איז געשריבן אויף א שפראך פאר'ן היינטיגן דור.


נאר אזוי וועט איר האבן שייכות מיט היכל הקודש, אזוי ווי מוהרא"ש האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך געשטופט דוקא אנצוכאפן מוהרא"ש'ס האנט ביים טאנצן: "דו ווילסט מיר אנכאפן? לערן אשר בנחל, אזוי וועסטו מיר אנכאפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#23 - ווי אזוי קען איך האבן א חבורת "היכל הקודש" אין מיין שטאט?
היכל הקודש, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר אלע שיעורים און עצות, איך בין ב"ה געווארן זייער מקושר צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, צו די ספרים פון מוהרא"ש און פון רבי'ן, און איך דאנק דעם אייבערשטן וואס האט מיר ממש געגעבן א נייע לעבן מיט די הייליגע עצות.


איך וואוין אין ירושלים, און איך בין זייער מקנא די אידן פון אנדערע פלעצער וואס האבן א בית המדרש היכל הקודש, וואו זיי קענען לערנען די ספרים, הערן שיעורים, און זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט נאך חברים. ביי אונז אין שטאט איז נישטא קיין בית המדרש היכל הקודש, און ס'איז נישטא קיין בית המדרש וואו ס'געפונט זיך דארט ספרים פון מוהרא"ש. איך שפיר זיך זייער איינזאם, איך בין זיך נאר מתחזק מיט מיין ווייב, און איך האב נישט נאך חברים.


איך וויל זייער שטארק האבן דא א חבורה פון אינגעלייט פון היכל הקודש, זיך צו שטארקן צוזאמען מיט די עצות פון רבי'ן און מוהרא"ש. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק און עצות ווי אזוי דאס אויסצופירן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דא מקנא צו זיין? טו צו דער זאך און עפן א "בית המדרש היכל הקודש" אין ירושלים עיר הקודש וועסטו האבן חיזוק פאר דיר אליינס און נאך מענטשן וועלן זיך מחזק זיין, דו וועסט זיך קענען מחזק זיין מיט אנשי שלומינו. עס איז א גרויסע זאך צו עפענען א בית המדרש על שם רבינו וואו מענטשן וועלן זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן.


אז דו עפנסט א בית המדרש היכל הקודש זאלסטו זען מען זאל רעדן נאר דיבורים פונעם בעל תפילה. דער רבי דערציילט אין די מעשה פונעם בעל תפילה אז דער פרומער בעל תפילה פלעגט ארום גיין רעדן צו מענטשן און שמועסן מיט זיי פון תכלית (סיפורי מעשיות, מעשה יב), דער בעל תפילה פלעגט זאגן פאר אלעמען: "עֶס אִיז נִישְׁט דָא קַיין אַנְדֶערֶע תַּכְלִית אוֹיף דֶער וֶועלְט, נָאר צוּ דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן", און וואס דער גיבור האט געזאגט פאר'ן בעל תפילה: "אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט פוּנֶעם קֶענִיג אַז פוּן אַלֶע תַּאֲווֹת קֶען מֶען אַרוֹיס נֶעמֶען דֶעם מֶענְטְשׁ חוּץ אַ מֶענְטְשׁ וָואס אִיז אַרַיין גֶעפַאלְן אִין תַּאֲוַת מָמוֹן", און וואס דער בעל תפילה האט געזאגט: "נָאךְ אַלְץ וִוילְט אִיר גֶעלְט? פוּן גֶעלְט זָאלְט אִיר מִיט מִיר נִישְׁט שְׁמוּעֶסְן".


מוהרא"ש האט אויפגעשריבן די ווערטער אויף דעם בית המדרש הגדול אין יבנאל. יעדעס מאל ווען איך בין זוכה צו זיין אין יבנאל גיי איך נאכאמאל זען דאס בית המדרש וואס מוהרא"ש האט געבויט, איך גיי קוקן דעם טאוול וואס שטייט ביים אריינגאנג צום בית המדרש; מוהרא"ש האט געשריבן אויפ'ן טיר פונעם בית המדרש די ווערטער: "הַבַּעַל תְּפִילָּה אָמַר: עֲדַיִן אַתֶּם רוֹצִים מָמוֹן? מִמָּמוֹן לֹא תְּדַבְּרוּ כְּלָל", אין אידיש: "דער בעל תפילה האט געזאגט: 'נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן'"; דאס ברענגט יעדעס מאל אריין אין מיר א שטארקע התעוררות, זעענדיג ווי מוהרא"ש האט געלעבט מיט'ן אייבערשטן און ווי שטארק מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך.


הייב אן אויף א קליינער פארנעם; עס קען זיין ביי דיר אין שטוב (מיט רשות פון דיין ווייב). הייב אן מיט שלש סעודות; קודם וועט קומען איינער נאכדעם א צווייטער, אזוי וועט עס נתפרסם ווערן, צוביסלעך וועלן קומען נאך און נאך מתפללים ביז דו וועסט ארויס נעמען א פלאץ און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - אז איך האלט מיט פון דערווייטנס, בין איך אויך א תלמיד היכל הקודש?
קעמפ, היכל הקודש, תלמיד, סיום הש"ס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין קרוב צו א יאר וואס איך פארפעל נישט קיין איין שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף די "קול ברסלב" האטליין, און ב"ה אז איך פרוביר מקיים צו זיין וואס איך הער, איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, איך לערן ח"י פרקים משניות און נאך שיעורים, און איך בין מכבד מיין ווייב. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יעצט צו מיין שאלה, דער ראש ישיבה האט געזאגט ביי א שיעור אז די תלמידים זאלן זען צו קומען כאטש איינמאל א וואך אין קעמפ, זיך צו טובל'ן אין די מקוה פון אמונה. וויל איך וויסן אויב דאס איז אויך געזאגט געווארן אויף אזא איינער ווי מיר וואס איז א תלמיד נאר פון די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן, אדער נאר פאר ווער עס איז אפיציעל א תלמיד היכל הקודש און דרייט זיך דארט פיזיש?


אויך וויל איך וויסן אויב איך וועל קענען קומען מיטהאלטן דעם סיום הש"ס מיט די קהלה די קומענדיגע יאר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען זיך אריין שטעקן דעם קאפ און זיין א חלק פון חבורת היכל הקודש, זיך אנזעטיגן מיט די גוטע עסן וואס דער רבי געבט אונז. מזונא דנשמתא (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן ח), שפייז פאר די נשמה; דיבורי אמונה וואס איז מחזק אונזערע נשמות.


שפיר נישט ווי דו ביסט צווייט קלאסיג וכו'; מיין נישט אז מען דארף זיין אין א געוויסע מקום צו זיין א תלמיד היכל הקודש, כאילו נאר די וואס דאווענען דארט און דארט און נאר די וואס געפינען זיך דארט און דארט - די זענען ברסלב'ע חסידים און די אמת'ע תלמידים. עס איז נישט אזוי; ברסלב'ע חסידות איז נישט מצומצם אין קיין שום פלאץ, נאר וואו אימער דער מענטש געפינט זיך, אויב פאלגט ער דעם הייליג'ן רבינ'ס עצות, ער לערנט דעם רבינ'ס ספרים און פרובירט צו מקיים זיין וואס שטייט דארט, דורכדעם איז ער מקושר צום רבי'ן און ער איז א תלמיד פון רבי'ן.


אלע פרישע מקורבים האבן דעם געפיל אז זיי זענען נאך נישט פון די ריכטיגע ברסלב'ע; זיי קוקן אויף די אלטע מקורבים מיט קנאה - ווי זיי זענען די וואס זענען נענטער צום רבי'ן. אבער וויסן זאלסטו אז מען קען נישט זיין מקורב צום רבי'ן נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים - ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספורי מעשיות און ספר המידות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְא עַם הָאָרֶץ חָסִיד"; אויב מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים און מען איז נישט מקיים זיינע הייליגע עצות - האט מען נישט קיין שום שייכות מיטן רבי'ן. עס קענען זיין מענטשן וואס זענען שוין יארן אין ברסלב, אבער אויב זיי לערנען נישט דעם רבינ'ס ספרים זענען זיי נישט קיין תלמידים פון רבי'ן, ווידער קען זיין א פרישער מקורב וואס אויב ער באפלייסט זיך אין רבינ'ס ספרים און פאלגט די עצות איז ער מער מקורב ווי אנדערע.


רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה האט אמאל געכאפט א היטש (טרעמפ) מיט איינעם יוסל פאראנטשיק; אזוי שמועסנדיג זאגט ער פאר רבי נחמן טולטשינער: "איך האב געקענט דעם רבי'ן", און רבי נחמן טולטשינער האט אים מקנא געווען. ווען איז ער געקומען צו רבי נתן און אים דערציילט אז ער האט געטראפן א איד יוסל פאראנטשיק וואס האט געקענט דעם רבי'ן, האט אים רבי נתן געזאגט: "יוסל פאראנטשיק האט נישט 'געקענט' דעם רבי'ן, ער האט 'געזען' דעם רבי'ן, דו 'קענסט' דעם רבי'ן, ווייל דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן", אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפינט זיך אין זיינע ספרים; קומט אויס אז איינער וואס לערנט די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן, - דער קען דעם רבי'ן און ער איז א ברסלב'ער חסיד. אבער אז מען לערנט נישט די ספרים האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


אדרבה ואדרבה, קומט ארויס אין קעמפ זיין א חלק פון אזא הייליגע פלאץ וואו מען איז זיך מחי' ומחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. און אלע וואס האבן א געפיל צום רבינ'ס דיבורים - את אשר ישנו פה עמנו ואת אשר איננו עומד עמנו, נאר זיי זענען זיך מחי' פון דערווייטנ'ס - זענען געלאדנט צו קומען מיט האלטן דעם סיום הש"ס און זיין א חלק פון דעם פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - זאל איך קומען שבת חנוכה אין שטעטל אן מיין משפחה?
אומאן, חסידות ברסלב, ראש השנה, חנוכה, היכל הקודש, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מעג איך קומען אויף שבת חנוכה אין שטעטל? איך וויל זייער שטארק זיין אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה אויף שבת חנוכה. מיין ווייב וויל נישט קומען, אבער זי זאגט מיר אז איך קען גיין אליינס מיט מיין זון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ניין, בלייב אין שטוב מיט דיין משפחה. דו ווייסט וואס מוהרא"ש האט געהאלטן וועגן פארן שבת חנוכה קיין אומאן, מוהרא"ש זאגט מען זאל בלייבן אין שטוב, מאכן ליכטיג אין שטוב, אנצינדן די מנורה מיט די משפחה.


היכל הקודש איז שכל, עצות און חיזוק; היכל הקודש איז נישט אין א פלאץ, עס איז די לימוד פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי מען זאל זיין דבוק צום אייבערשטן וואו מען געפינט זיך. נאר אויף ראש השנה האט דער רבי געהייסן קומען קיין אומאן, און דעמאלט זענען זיך ברסלב'ער חסידים מוסר נפש, מען לאזט אלעס אפ, מען קוקט נישט אויף קיינעם, מען קומט קיין אומאן בתמימות ופשיטות, מקבל זיין די תיקונים וואס דער רבי איז מתקן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - ווי אזוי ווערט מען נאנט אין "היכל הקודש"?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, צדיקים, ספיקות, היכל הקודש, דרשות, בלבולים, פארנארן, אמונת חכמים, חלישות הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער עס איז געווען א הערליכע פרויען צוזאמקום און א הערליכע שיעור, די נקודה וואס מען האט גערעדט אז מען דארף זיך קאנצעטרירן אויף די שיעורים און אויף די תכלית פון די פלאץ, איז אזא וויכטיגע און שטארקע נקודה.


איך געדענק ווען איך בין געקומען די ערשטע מאל אין א שבת אין שול אין שטעטל, איז דעמאלט צוגעקומען צו מיר א פרוי און אנגעהויבן רעדן עפעס אזוי, "ש'כח אייבערשטער, אמת עס דא איז די שענסטע פלאץ אין די וועלט? און מיר זענען אזוי לאקי צו האבן אזא ראש ישיבה" און אזוי ווייטער אזעלכע סארט ווערטער, און עס האט זיך נישט געענדיגט. איך האב זיך שיעור אויסגעדרייט און אנטלאפן, עס האט מיר שרעקליך געאיבלט, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז איך בין אריינגעפאלן אין די נישט ריכטיגע פלאץ.


שפעטער איז צוגעקומען צו מיר א צווייטע פרוי, און זי האט מיר געזאגט אז זי וויל מיר נאר זאגן א גוטע עצה, זי האט מיר געוויזן אויף די מחיצה און מיר געזאגט אז אויב איך וויל עכט וויסן וואס די פלאץ איז און נישט ווערן צעמישט, זאל איך קוקן נאר דא, און מיט דעם האט זי מיר אריינגעוויזן אין די מחיצה אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א. זי האט מיר געזאגט, "קוק נישט רעכטס און נישט לינקס, ווייל אויב יא האסטו גרויסע שאנסן אוועקצוגיין נאך איידער דו קומסט אן".


איך בין איר זייער מכיר טובה. מערערע מאל האט זי מיר זייער מחזק געווען און מיר געהאלפן האלטן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ. עס איז געווען צייטן ווען איך האב געשפירט אז דאס איז עס, און זי האט מיר זייער אויסגעקלארט און מחזק געווען. זי האט אלעמאל געהאט די ריכטיגע זאך צו זאגן.


איך האב אנגענומען איר עצה, און איך האב אזוי געטון סיי אין שטעטל און סיי ביי די פרויען שיעורים פאר די ערשטע לאנגע צייט. איך האב קודם נישט געוואוסט וואו איך בין אריינגעפאלן, איך בין געקומען צום שיעור און ארויסגעגאנען א מינוט נאכ'ן שיעור. אבער ש'כח אייבערשטער אז מען איז זוכה דורך די שיעורים אויסצואוואשן דעם מח מיט די אלטע וועג פון טראכטן, און זען די שיינקייט פון יעדן.


נישט אז היינט בין איך שוין אריבער אלע זיבן וואסערן, עס פאסירט נאך גענוג מאל וואס איך פאל אריין אין א קטנות הדעת ווען איך קום אין שטעטל. און אלעס און יעדער שטערט מיר, איך ווייס אבער כאטש אז איך בין דער פראבלעם און נישט יענער. ש'כח אייבערשטער.


איך שעפ זייער אסאך חיזוק ווען דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון זיין אנהויב התקרבות, ווייל איך זע אז איך האב נאך אפשר שאנסן אויסצוקלארן מיין בליק און מיין מח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


היכל הקודש איז איין זאך: 'שכל און התחזקות פון הייליגן רבי'ן'; עס איז נישט קיין מענטשן, עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז גארנישט עפעס אנדערש אויסער די ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן.


חלישות הדעת און בלבולים וכו' - דאס מוז זיין, ווייל ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען הויבט אן הערן דעם הייליגן רבינ'ס תורות, חיזוק און עצות, ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן - ווערט דער סמ"ך מ"ם זייער דערשראקן, אז פון זיין שווערע הארעוואניע וועט גארנישט בלייבן, ער זוכט אלע וועגן ווי אזוי אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן.


דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, דו גיי זוך אן עצה"; וואס איז דער סמ"ך מ"ם אזוי דערשראקן פון רבינ'ס נשמה? ווייל וויפיל ער זאל נאר צעברעכן, אראפווארפן און אוועקשלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן - קומט דער רבי און ברענגט דעם מענטש צו תשובה, און צו אנהויבן א נייעם לעבן, דער רבי ברענגט אונז צו מדריגות פון צדיקים, מען טוט תשובה און אלע עבירות ווערן זכיות, דער רבי איז אים ווי א דארן אין אויג.


מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים, אלע צדיקים זענען דבוק צום אייבערשטן און רעדן צו זייערע תלמידים פון עבודת השם יתברך, דער סמ"ך מ"ם האט נישט ליב קיין איינע פון די צדיקים, אבער ביים רבי'ן - דארט איז עפעס אנדערש, דער רבי כאפט ארויס נשמות וואס זענען שוין פארכאפט ביי די קליפות, דער רבי לאזט זיך אראפ צו אונז מענטשן וואס מיר זענען אזוי ווייט און האט אויף אונז רחמנות מיר זאלן אויך זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן; דאס קען דער סמ"ך מ"ם נישט ליידן, דעריבער טוט ער אלע פעולות אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן; מיט לשון הרע און ליצנות, חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו'.


מוהרא"ש פארציילט אויף א משפיע ביי אנשי שלומינו וואס איז געפארן פון אמעריקע קיין ארץ ישראל צו זיין ראש השנה ביים קיבוץ אין ירושלים, נאך די ערשטע טאג ראש השנה איז יענער געווארן אזוי אנטוישט פון די הפקירות אין שול (מאה שערים), אז ער איז נישט צוריק געקומען דאווענען מיט אנשי שלומינו, ער איז געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ביז מוהרא"ש האט גערעדט מיט אים שעות אויף שעות ער זאל נישט קוקן אויף קיינעם, ער זאל נאר קוקן אין די ספרים און נעמען די שכל פון רבי'ן.


אן א שיעור מענטשן האבן אפגעלאזט דעם הייליגן רבי'ן צוליב חלישות הדעת וכו' וכו'. ווען איך בין מקורב געווארן האבן מיר זייער אסאך זאכן געשטערט, דעמאלט האב איך אפגעמאכט אז איך קוק נישט אויף קיינעם, עס גייט מיר גארנישט אן, איך קום צו מוהרא"ש, איך הער וואס איך דארף הערן און איך לערן די הייליגע ספרים, די הייליגע קונטרסים, מער אינטערעסירט מיר נישט.


מוהרא"ש האט אסאך גערעדט פון דעם צו אונז ביי די שיעורים; נישטא קיין נאנטע מקורבים, נישטא קיין ווייטע מקורבים, אלעס איז שטותים והבלים, איין זאך איז דא, די שיעורים, די ספרים; מען זאל טון וואס מען רעדט ביי די שיעורים, און זיך מאכן א חשבון: 'האב איך היינט גערעדט צום אייבערשטן? האב איך היינט געעפנט א משניות? האב איך היינט געעפנט א ליקוטי מוהר"ן?' מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן צו אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מה שביד בטוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#19 - פארוואס איז אונזער שול אזוי צעפארן?
אחדות, בית המדרש, היכל הקודש, שלום, דאווענען, מדות טובות, היטן די צייט, נקודות טובות, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס גייט פאר לעצטנס אין אונזער בית המדרש היכל הקודש, איך רעד פון די לעצטע האלבע יאר בערך. איך שפיר אז דער בית המדרש דארף גרויס חיזוק.


די זמנים זענען געווארן זייער שוואך, מען דאווענט זייער שפעט, די וואך איז עס שוין געגאנגען אזוי ווייט אז אנשטאט 9:30 האט מען ערשט אנגעהויבן דאווענען אום 10:00 אזייגער. אויך דאס רעדן ביים דאווענען איז זייער איינגעריסן, אזוי ווייט אז ביז מען קומט נישט אן צו ברוך שאמר, שפירט זיך בכלל נישט אז מען דאווענט דא, מען הערט נאר קולות פון רעדן און שמועסן, און אפילו נאך ברוך שאמר קען מען נאך הערן אינגעלייט און בחורים וואס שמועסן צווישן זיך. שוין אפגערעדט פון די פאליש וואס מיר האבן דא, וואס שטייט מען און מען שמועסט הויך לכתחלה דעם גאנצן דאווענען, אויך אינמיטן שמונה עשרה, און מען הערט עס גוט אריין אין שול.


פון איין זייט אז טאקע דא א גוטע געשמאקע לופט אין שול, מען האט זיך ליב און עס איז בא'טעמ'ט, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך אז עס איז בכלל נישט קיין בית המדרש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיך ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו, אז עס איז דא א גוטע לופט ביי ענק אין בית המדרש, "ומי יתן והיה לבבם זה להם ליראה אותי כל הימים", איך האף און איך בין מתפלל אז עס זאל בלייבן ביי ענק די גוטע לופט אין שול, מען זאל זיך ליב האבן, און אין אלע שולן היכל הקודש זאל זיין א געשמאקע לופט פון ליבשאפט, דאס איז דאך דער עיקר; ווייל אויב איז דא ליבשאפט איז דא אלעס, און אז עס איז נישטא קיין ליבשאפט איז גארנישט דא.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען וואס די פליכט פון א גבאי איז, נישט צו זיין א נערוועזער אנצוהויבן פונקט אין צייט, נישט דאס איז די ארבעט פון דער גבאי; אויף דעם קען מען טרעפן איינער פון די מתפללים, אויך נישט אויף צו מוסר'ן און צו זוכן חסרונות, אויף דעם קען מען זיך פארלאזן אז אנדערע וועלן דאס שוין טון; א גבאי דארף איין זאך טון, זוכן די מעלות ביי די מתפללים, זוכן דאס גוטס, און אריינברענגען א לעבעדיגקייט און א ליבשאפט צווישן די מתפללים.


איך בעט דיר און אויך אלע גבאים פון אונזערע שול'ן, שטארקט אייך און זוכט אויף דאס גוטס ביי די מתפללים, זוכט צו מאכן אן אויר הזך והנח, עס זאל זיין שמחה צווישן ענק; דאווענען אין צייט - דאס וועט נאכקומען, נישט רעדן ביים דאווענען - דאס וועט אויך זיין, אבער אויף ליבשאפט צווישן אייך - דאס איז די שווערסטע זאך, און אז דאס וועט זיין ביי אייך - וועט אלעס זיין.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן פון די פרט פאר אנשי שלומינו טויזנטער מאל, ווייל עס איז א שווערע עבודה; מען דארף אסאך בעטן אויף דעם פרט ביז מען איז זוכה צו זען גוטס ביי יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - מוז מען זאגן "סיפורי מעשיות" פונקטליך אזוי ווי עס שטייט?
אחדות, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, תפילה והתבודדות, בית המדרש, היכל הקודש, שלום, סיפורי מעשיות, נערווען, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב די זכיה צו זיין א גבאי אין איינע פון די בתי מדרשים היכל הקודש, איך לערן נישט פאר, דער אנדערער גבאי לערנט פאר, און ווען ער לערנט פאר סיפורי מעשיות איז ער זייער מקפיד (נישט אין א שלעכטע וועג, נאר פאר מיר קראצט עס אין אויער) צו זאגן פונקטליך די אידישע לשון פון סיפורי מעשיות, אסאך מאל וועט ער אפילו איבערזאגן א ווארט צוויי דריי מאל שטייטערהייט צו מאכן זיכער אז ער האט גוט געזאגט דאס ווארט.


וויל איך פרעגן אויב עס איז דא א ענין צו פונקטליך ארויסזאגן יעדעס ווארט אזוי ווי עס שטייט? אדער אויב עס שטייט א ווארט וואס קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אדער ווען אין די היינטיגע אידיש זאגט מען דאס ווארט אביסל אנדערש, מוז מען עס זאגן פונקטליך אזוי ווי עס שטייט? אדער צום ביישפיל די ווערטער, "כנ"ל, הנ"ל, דהיינו, מחמת", און דאס גלייכן, מוז מען דאס זאגן ווי עס שטייט?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס דארף דיך נישט שטערן די זאכן, דו פארלייג זיך אויף איין זאך, עס זאל זיין ליבשאפט אין שול, און אז דו ווערסט נערוועז פון עפעס - זאלסטו צוריקלויפן אין פעלד שרייען: "אייבערשטער וואס גייט מיך אן דאס, וואס גייט מיך אן יענץ? איך בין דאך א גאסט, איך גיי נאך אביסל זיין א גוסס, א נפטר - וואס איז מיט מיר? וואס ווער איך נערוועז פון יעדע זאך?!" טייערער ברודער, איין עצה איז דא, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן; אים דערציילן די אלע נערווען זאכן, די אלע נארישקייטן וואס שטערט.


דו ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש האט מיט אונז גע'חזר'ט טויזנטער מאל אין די בריוו, די ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב אויפן וועג זיך צו באזעצן אין אומאן, און דער בעל עגלה איז שוין געשטאנען אינדרויסן מיט די פערד און וואגן; אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים טיר, ער האט געהאלטן די האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך צוזאמנעמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען מיט כוונה, אפשר וועט איר מיר קענען צוריק ממשיך זיין (חיי מוהר"ן, סימן קפה).


אין די לעצטע בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין שפיטאל פאר אונז אפאר שעה פארן הסתלקות, האט ער געשריבן: "עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט"; האלט די ווערטער פאר דיינע אויגן, וועסטו נישט נערוועז ווערן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#17 - דארף איך טוישן די מנהגים פון מיין טאטע און זיך פירן ווי היכל הקודש?
שבת קודש, ספיקות, היכל הקודש, מנהגים, עבודת השם, בלבולים, ניטל, שבועות, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך האב נעכטן געענדיגט ששה סדרי משנה די צוויי און צוואנציגסטע מאל און היינט האב איך אנגעהויבן נאכאמאל. ברוך ה' איך הער די שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, ממש עס פרישט מיך אויף און עס לייגט אריין אמונה און בטחון אין מיינע ביינער. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך וויל פרעגן א שאלה וואס איז מיר צומאל גורם בלבולים, איך רעד לגבי די מנהגים ווי אזוי מען פירט זיך אין היכל הקודש; איך ווייס אז אין היכל הקודש איז דער עיקר צו רעדן פונעם אייבערשטן, א פלאץ פון אמונה, בטחון און תורה ותפילה, און אזוי ווייטער, ווען עס קומט אבער צו פרטיות'דיגע מנהגים, איז מיר עס אפאר מבלבל, צום ביישפיל דאס וואס איך האב געזען תשעה באב אז מען זאגט נישט קיין קינות אום תשעה באב אינדערפרי, נאר מען זאגט נאכאמאל מגילת איכה. אויך דאס וואס מען זאגט נישט די געהעריגע לאנגע תיקון ליל שבועות אום יום טוב שבועות ביינאכט, נאר די קורצע. אויך אום ניטל פירט מען זיך אז מען לערנט יא.


מיין טאטע פירט זיך אזוי ווי אלע פירן זיך, און איך וויל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; זאל איך זיך פירן ווי מיין טאטע אדער ווי אין היכל הקודש?


אויך וויל איך פרעגן, מיין טאטע האט געלערנט אלס אינגל אין סאטמאר און ער איז זייער מקפיד אויפ'ן זמן רבינו תם, סיי לגבי זמן מוצאי שבת קודש און ביים אויספאסטן נאך א תענית; האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי איך זאל זיך פירן, זאל איך ממשיך זיין צו טון אזוי ווי מיין טאטע אדער נישט?


יישר כח


 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, געב א קוק אויף תכלית; וואס האסטו אין די האנט? האסט צוויי און צוואנציג מאל ששה סדרי משנה, דאס איז מער פון אלעמען, אויך ווערסטו געשטארקט מיט אמונה און בטחון; אויף דעם זאלסטו קוקן.


מיר זאגן אויך קינות, מיר ליינען מגילת איכה סיי בייטאג און סיי ביינאכט און מיר זאגן די קינות פון ביינאכט, אויך אינדערפרי זאגן מיר די קינות פון ביינאכט, און אז דו ווילסט זאגן דעם גאנצן קינות - קענסטו דאס זאגן.


אזוי אויך קענסטו זאגן דעם גאנצן תיקון ליל שבועות, קיינער זאגט נישט מען זאל דאס נישט זאגן; מוהרא"ש זאגט, מענטשן זאגן בכלל נישט דעם תיקון ליל שבועות ווייל מען זעט אז דאס איז זייער אסאך און דעריבער האלט מען זיך צוריק פון זאגן, אויף דעם ארויף זאגט מוהרא"ש מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק, און די תרי"ג מצוות וואס דאס נעמט נישט לאנג, דאס קענען אלע באווייזן.


בנוגע לערנען ניטל; מוהרא"ש זאגט מען זאל גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס לערנען, איך ווייס נישט פארוואס דו קוקסט אויף די אלע זאכן שווארץ.


בנוגע זמן רבינו תם; אודאי און אודאי זאלסטו האלטן די זמן רבינו תם, דאס האט נישט מיט חסידי סאטמאר, דאס איז דער זמן וואס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אלע דארפן האלטן דעם זמן.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - ווי קען מען זאגן אז ווער עס קריגט אויף מוהרא"ש זי"ע איז א בעל עבירה?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, צדיקים, מוהרא"ש, קשיות, היכל הקודש, עבירות, משיח, ליצנות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך בין זיך כסדר מחי' און מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און מיט די בריוו, ס'גייט כמעט נישט אריבער קיין טאג וואס איך באקום נישט נייע ריזיגע מתנות פונעם ראש ישיבה. כאטש וואס איך ווייס שוין פון הייליגע רבי'ן פאר בערך צען יאר, איך דריי זיך מיט ברסלב'ע חסידים, איך מאך שוין אפילו כמה שנים התבודדות כמעט יעדן טאג, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, מיט דעם אלעם אזעלכע מתנות מיט אזעלכע כלים אז ס'זאל זיין קרוב אליך הדבר מאוד, האב איך ממש נישט געהאט, ביז איך האב בדרך השגחה נפלאה אנגעקומען איך מיט מיין ווייב אויסצוהערן די שיעורים, איך קען ממש נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך דרייען ימים ושנים אין ברסלב מיט אזא העלמה און נישט עפענען אזעלכע אוצרות, און איך קען אויך נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך קריגן אויף אזא הייליגע לעכטיגע וועג פון אמונה. איך קען עס נישט פארשטיין און איך פיל זיך פארשעמט אז מען קען זיין א שומר תורה ומצוות, און אפילו א ברסלב'ער, אבער נישט האבן א גלייכע און גאנצע אמונה.


איך האב אנגעהויבן לערנען תוספתא מיט משניות, און זאגן אסאך תהילים ביי די ארבעט, איך קען אין געוויסע טעג אויסזאגן גאנץ תהילים און נאכאלץ נישט זיין זאט, דאס איז אויסער די שיעורים וואס איך האב שוין געהאט ביז היינט, אבער עס איז אריבער אסאך טעג וואס איך האב נישט קיין כח צו זיך אנשטרענגען צו לערנען, איך האב געהאט נאך אסאך שטותים צו טון. ברוך ה' די ערשטע מתנה מיין איך וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה און מוהרא"ש איז "צייט", עס איז מיר פארשווינדען געווארן אלע צייטונגען און מאגאזינען, איי אין ברסלב רעדט מען אויך פון שמירת הזמן? איז נאך א קשיא. ברוך ה' איך בין זוכה מעבר סדרה צו זיין במשך די וואך יעדן טאג אביסל, איך בין זוכה צו האבן א שיעור אביסל נ"ך על הסדר יעדן טאג, גמרא דריי בלאט א טאג, בערך א דף זוהר, צוויי דפים ליקוטי מוהר"ן, צוויי דפים ליקוטי הלכות, ליקוטי תפילות, שולחן ערוך צוטיילט אויף די יאר, און נאך און נאך. דער אייבערשטער זאל העלפן נאר מער און מער, איך זאל האבן א שיעור אין אלע חלקי התורה. און זוכה זיין צו פארשטיין און געדענקען, און האבן אמונה ישרה ותמימה וכו'.


אזוי ווי איך דריי זיך אין די אלגעמיינע ברסלב, האב איך געהערט פילע קשיות אויף מוהרא"ש, דער אייבערשטער האט מיר אבער געהאלפן אז איך האב געהאט די שכל אז איך דארף קוקן וואס עס איז גוט פאר מיר, וואו איך טרעף חיזוק צו דינען דעם אייבערשטן, און די אלע קשיות און בלבולים וועלן מיר גארנישט העלפן אין לעבן. עס מוטשעט מיך אבער איין זאך, דאס וואס מוהרא"ש זאגט אז ווער עס רעדט קעגן אים איז זיכער א בעל עבירה, דאס קען איך נישט פארשטיין. איך ווייס אז מען קען זיין א שיינער איד פון אינדרויסן און זיך באהאלטערהייט זיין א בעל עבירה רחמנא ליצלן, אבער צי מיינט דאס אז פון היינט און ווייטער דארף איך אנקוקן יעדן ערליכן איד פאר א בעל עבירה? אויב זע איך איינער וואס פרובירט צו דינען דעם אייבערשטן לויט זיין הבנה, און ער דרייט זיך אין א סביבה וואס דארט מאכט מען אוועק היכל הקודש, מיינט דאס צו זאגן אז ער איז א בעל עבירה? עס זענען געווען צדיקים אין ברסלב וואס האבן אנגענומען לשון הרע אויף מוהרא"ש, און דאס איז דאך געווען אין אלע דורות, חז"ל זאגן אז ס'איז ברית כרותה אויף לשון הרע צו נתקבל ווערן?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר אויסקלארן ווי אזוי אנצוקוקן די זאך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סא) ווער עס רעדט אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט - איז א סימן אז דער מענטש איז נישט ווי עס דארף צו זיין. דער רבי זאגט, דאס איז פשט וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין כא:): "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים, "נידון בצואה רותחת", וועט באשטראפט ווערן מיט די סארט גיהנום; זאגט דער רבי פשט, "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים - "נידון בצואה רותחת" איז א סימן אז דער מענטש איז ווייט פונעם אייבערשטן, זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן, און אז מען קוקט אריין אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים זעט מען פון וועם מען רעדט; מען רעדט פון דואג האדומי, פון די הויפט פון די סנהדרין וואס האט גע'דרש'נט פאלשע הלכות, אז דוד המלך איז אסור לבוא בקהל; אויף אים זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה אז זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן, איז דאך זיכער אז ווען פשוט'ע מענטשן רעדן אויף צדיקים - איז דאס א סימן אז די דארפן נאך תשובה טון.


יעצט ווען מוהרא"ש איז שוין אוועק פון די וועלט, מען קוקט צוריק, פרעגט זיך ווי פון זיך אליינס: 'וואס האט מען געוואלט פון דעם איד? פארוואס האט מען געקריגט אויף אים? וועם האט ער געטשעפעט? וואס איז געווען די רדיפות אויף דעם איד?' ער האט דאך מיט קיינעם נישט געהאט, ער האט נאר געשריבן ספרים און קונטרסים וואס רעדן צו נשמות ישראל, זיי מחזק זיין; מוז זיין אז די וואס שפעטן אויף אים זענען בעלי עבירה, און נישט נאר מוהרא"ש זאגט דאס, דער רבי זאגט דאס.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קסג): "הנואפים", די בעלי עבירה, - "לרוב הם מתנגדים על הצדיקים", זיי זענען די וואס קריגן אויף צדיקים.


געב זיך זייער אכטונג פון די וואס רעדן אויף צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח) אויפן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי לייגן זייער מויל אין הימל, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", און זייער צינג גייט אויף דער ערד, די וואס רעדן אויף צדיקים - זיי ווילן רעדן אויפן אייבערשטן, אבער זיי שעמען זיך צו רעדן קעגן דעם באשעפער, רעדן זיי אויף צדיקים. דאס איז פשט אין פסוק "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", דאס וואס זיי רעדן מיטן מויל - ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן, נאר זיי שעמען זיך צו רעדן אויפן אייבערשטן - "לְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף צדיקים, אבער באמת "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם".


וויי און ביטער איז פאר דעם וואס הערט רעדן אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט, דאס איז א סימן אז מען דארף תשובה טון.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא), דער שווער פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט פארן צו צדיקים, קודם איז ער געווען ביים הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס די חסידים דארט רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, עס האט אים זייער געשטערט. האט ער געטראכט אז ער וויל גיין צום צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים לצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו; ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו צדיקים און ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן אלע צדיקים. ער פלעגט יעדן טאג מאכן א סעודה מיט זיינע קינדער און זיי אנווארענען זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט צדיקים, און ווען רבי נתן האט חתונה געהאט פלעגט ער אויך מיט האלטן די סעודות און הערן פעך און שוועבל אויף צדיקים.


דאס האט זייער שטארק געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס רעדט מען אויף צדיקים? וואס איז די מחלוקות, וואס פעלט דאס אויס? און ווען ער איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט ער געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), דעמאלט איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


געב זיך אכטונג פון די וואס זענען בעלי מחלוקות, אפילו זיי זעען אויס עובדי השם און אפילו זיי זענען טאקע עובדי השם. אין ברסלב האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, ר' שלמה ראובן זלאטע'ס, ער איז געווען א גרויסער עובד ה' און א שיינער בעל תפילה, און רבי נתן האט געזאגט אויף אים: "איך בין אים קיינמאל נישט מוחל", ווייל ער האט געהאט א חלק אין די מחלוקות; זעט מען פון דעם אז מען קען זיין א גרויסער מענטש, אויב האט מען שייכות מיט מחלוקות - איז גאר ביטער.


האב נישט קיין מגע ומשא מיט מחלוקות. דער הייליגער רבי איז זייער גרויס, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, ער קען יעדן ארויסשלעפן פון זיין בלאטע, אויסער א בעל מחלוקות; א בעל מחלוקות האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן.


ברודער קוק וואס מוהרא"ש געבט דיר, עפן דיין האנט און קוק וואס דו האסט אלץ זוכה געווען פון ווען דו ביסט מקורב אין היכל הקודש; פארוואס זאלסטו אויסהערן די לצים? פארוואס זאלסטו הערן לשון הרע? קוק נישט וועלכע גרויסע מענטשן רעדן וכו' און וואס זיי רעדן וכו', קוק אין דיין האנט, קוק ווער ברענגט דיר דביקות בה', קוק ווער ברענגט דיר צו לערנען די הייליגע תורה, און חיזוק אויף תפילה והתבודדות וכו' וכו', און אז גרויסע לייט רעדן און שפעטן - כבר היה לעולמים. דו ווייסט דאך די מעשה פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו ווען ער האט דערציילט אלע זיינע גלגולים, אז ער איז געווען אין די צייט פון מדבר, ער איז געווען מיט משה רבינו. האט אים זיין אייניקל, דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו - געפרעגט: "זיידע, אויף וועמענס זייט ביסטו געווען ביי די מחלוקת קרח ועדתו?" האט דער הייליגער ישמח משה געזאגט: "איך בין געשטאנען אין דער זייט, איך האב נישט גענומען קיין צד", האט דער ייטב לב געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין אז דו ביסט נישט געשטאנען מיט משה רבינו?!" האט ער אים געענטפערט: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער נסיון איז געווען; קרח האט געהאט מיט זיך אלע רבי'ס מיט אלע שיינע אידן, עס איז געווען זייער שווער צו וויסן וואס מען האט צוטון, ווייל קרח האט זיך אהערגעשטעלט ווי אן עובד ה', אבער באמת איז ער געווען אן אפיקורס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין ירושלמי סנהדרין, דף נ.): 'קֹרַח מִין הָיָה'".


איך האב אביסל מאריך געווען, אבער גלייב מיר איך דארף נאך מער מאריך זיין; ווייל ווען נישט די לצנות וואלט מען געקענט צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, מען וואלט ווען געקענט ברענגען די גאולה, און ווער ווייסט וויפיל צרות קומט אויף די וועלט אויפן חוזק מאכן און שפעטן אויף צדיקים. דער רבי האט דאס געזאגט נאך איידער עס איז געקומען די ביטערע אומגליק פון קאנטאניסטן, קאמעניזם, אז ווען די צדיקים וואלטן נישט געקריגט אויף אים וואלט ער געקענט אוועק נעמען אינגאנצן די גזירה (עיין חיי מוהר"ן, סימן שצח), נאר וויבאלד מען קריגט אויף אים האט ער דאס אפגעשטופט אויף עטליכע צוואנציג יאר.


דעמאלט האט מען נישט געוואוסט וואס דאס איז, היינט אז מען קוקט צוריק זעט מען וויפיל מיליאנען אידן זענען גע'הרג'עט געווארן פון די מחלוקות אויף צדיקים.


אזוי אויך, ווער ווייסט וואס האט פאסירט ווען עס איז ארויסגעקומען תשל"ו די חתימות וכו'. דער הייליגער קאמארנער האט געזאגט אז שנת תשל"ו וועט משיח קומען, און יענעם יאר האט דער ס"מ צאמגענומען חתימות אין ברסלב קעגן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און ווער ווייסט צי דאס האט צוריק געהאלטן די גאולה און צוליב די חתימות ליידן מיר נאך אין גלות.


גיי צום אייבערשטן, וויין זיך אויס, בעט אים: "רבונו של עולם איך האב זוכה געווען צו טרעפן א צדיק וואס מאכט מיך רעדן צו דיר, א צדיק וואס מאכט מיך לערנען די הייליגע תורה, א צדיק וואס מאכט מיך לעבן מיט שלום בית, אזויפיל גוטע זאכן באקום איך פון דעם צדיק און מיט דעם אלעם בין איך אנגעפילט מיט לצנות, מיין קאפ בוזשעוועט מיט קשיות און טענות אויפן צדיק.


הייליגער באשפער קוק מיך אן, איך בין אזא רחמנות, איך בין אזוי ווייט פון דיר, איך האב אזויפיל געזינדיגט און פלוצלונג וויל איך פארשטיין דעם צדיק, איך האלט אז איך פארשטיי בעסער ווי אים, איך ווייס ווי אזוי ער דארף ווען רעדן און ווי אזוי ער דארף ווען שרייבן; אנא, רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר; וואס גייט פאר מיט מיר? איך דארף דאך אזויפיל תשובה טון, הייליגער באשעפער, העלף דער צדיק זאל נישט זיין פארשעמט, דער צדיק וויל דאך נאר איין זאך, ער וויל אלע אידן צוריק ברענגען צו דיר, ער וויל אלע אידן זאלן לעבן א גוט לעבן, העלף עס זאל געהייליגט ווערן די נאמען פון די צדיקים און עס זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווי אזוי טוישט זיך דאס לעבן דורך די עצות פון הייליגן רבי'ן?
היכל הקודש, הפצה, עבודת השם, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, איך דאנק און איך לויב דעם אייבערשטן אז איך האב היינט זוכה געווען צו ענדיגן די צענטע מאל ששה סדרי משנה, איך שפיר זיך אזוי גוט, איך שפיר א שטארקע קשר מיט'ן אייבערשטער און מיט די הייליגע תורה, און איך קען זען ממש בחוש ווי מיין קאפ טראכט שוין אנדערש, ווי אזוי אלעס אין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, ווי אזוי מיין שלום בית זעט אויס, ווי אזוי די שחרית מנחה מעריב זעט אויס, ווי אזוי מיין מויל רעדט אנדערש, ווי אזוי מיינע אויגן ווערן הייליגער, ווי אזוי מיין קשר מיט מיינע קינדער איז געווארן בעסער, און אזוי ווייטער און ווייטער אן קיין שיעור און גרעניץ.


דאס אלע איז די געוואלדיגע כח פון משניות, און פארשטייט זיך די כוחות וואס דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אריין אין אונז מיט די דרשות און בריוו און אלע גוטע חיזוק וואס איך בין זוכה צו הערן און לערנען.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאלן האבן אסאך כח און צייט, און קענען ווייטער ממשיך זיי מקרב צו זיין גאנץ כלל ישראל צום אייבערשטן. איך האב נישט גענוג ווערטער זיך באדאנקען, איך בין פול מיט התרגשות, און שרייב דעם בריוו מיט טרערן אין די אויגן פאר שמחה און התרגשות.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די ממש נייע לעבן וואס איך האב באקומען, פשוטו כמשמעו. וויפיל איך וועל שרייבן וועל איך סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען אפילו אויפ'ן שפיץ גאפל וויפיל איך בין שולדיג מיין לעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ואתחנן, ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן; די גאנצע לעבן טוישט זיך ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען לערנט זיינע ספרים און מען לעבט מיט די עצות און חיזוק.


זיי עוסק אין הפצה, פארשפרייט די זיסע עצות פאר אנדערע; ווייל דאס איז די סימן אז מען לעבט א גוטע לעבן, אז מען העלפט אנדערע זאלן אויך האבן די לעבן. דער רבי דערציילט (מעשה פון די זיבן בעטלערס), דעם צווייטן טאג איז געקומען דער טויבער בעטלער און דערציילט פאר די חתן כלה פון זיין חיים טובים, אז איינמאל האבן זיך מענטשן בארימט מיט זייער חיים טובים, האט דער טויבער בעטלער זיי געזאגט: "אויב איר לעבט א חיים טובים, פארוואס העלפט איר נישט די מדינה וואס האבן געהאט דעם שיינעם גארטן און דער גראדניק (גארדנער) איז פארלוירן און קיינער קוקט זיך נישט אום אויפן גארטן, און אויך איז געקומען דער מלך האכזר און חרוב געמאכט דעם שיינעם גארטן? איז אויב איר לעבט א חיים טובים העלפ'זשע די מדינה", און דער בעטלער האט זיי געזאגט: "אויב וועט איר זיי נישט העלפן וועלן ענקער חיים טובים אויך קאליע ווערן"; ווייל נאר די וואס זענען עוסק אין הפצה - די בלייבן ביים רבי'ן מיט א חיים טובים, און די אלע וואס בארימען זיך מיט זייער חיים טובים אבער זיי טוען נישט פאר אנדערע, אז זיי זאלן אויך האבן א חיים טובים - פארלירן זיי אלעס.


אז דו בארימסט זיך אזוי מיט דיין חיים טובים - דארפסטו העלפן אנדערע; גיי פארשפרייטן פאר אנדערע דעם רבינ'ס ספרים און מוהרא"ש'ס ספרים און קונטרסים וואס געבט לעבן פאר מענטשן, נאר אזוי וועט דיין חיים טובים נישט קאליע ווערן.


אנשי שלומינו זענען נישט גערעכט מיטן האלטן די חיים טובים וואס דער רבי געבט - פאר זיך אליין, מען מוז גיין הפצה, מען מוז פארשפרייטן די עצות פאר אנדערע. רבי נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג) דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, "וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ווי אזוי קען איך זיך שפירן א חלק פון היכל הקודש?
ספרי ברסלב, ספיקות, היכל הקודש, עצתו אמונה, בלבולים, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיעורים פון אמונה. איך בין קראנק אויף די מחלה פון טראכטן א גאנצע טאג, דאגה'ן א גאנצן צייט און פארגעסן אז מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מיט'ן ארבעטן אויף אמונה און תפלה, קען מען אלץ האבן א רואיגע און שיינע לעבן, און מיט די שיעורים פון אמונה ווערט אלעס בעסער.


איך וויל פרעגן וואס איך זאל טון אז איך שפיר וואו איך באלאנג נישט אין היכל הקודש? איך פיל אזוי ווי איך דארף קודם זיך טוישן די וועג ווי אזוי איך גיי אנגעטון, די וועג ווי אזוי איך רעד, און בכלל ווער איך בין, און ערשט נאכדעם וועל איך קענען זיין א חלק פון היכל הקודש.


פון איין זייט בין איך אזוי אליינס, נאר ביי היכל הקודש זאגט מען מיר אז עס איז יא דא פלאץ פאר מיר; אבער פון די אנדערע זייט, האב איך די סארט מחשבות אז איך באלאנג נישט דא.


עס איז זייער שווער פאר מיר, ווייל איך וויל נישט זיין קיין רחמנות. איך שעם זיך אז מענטשן זאלן וויסן וואס גייט אויף מיר אריבער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז היכל הקודש? ווער איז היכל הקודש? היכל הקודש איז שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן; היכל הקודש איז נישט א וועג ווי אזוי מען דארף רעדן, ווי אזוי מען גייט אנגעטון, היכל הקודש איז חיזוק און עצות ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, ווי אזוי זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן.


איך געדענק ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש, איך האב געמיינט דער איז היכל הקודש, יענער איז היכל הקודש; איך האב געהאט חלישות הדעת פון דעם און פון יענעם, און במשך א שטיק צייט נאכן הערן פון מוהרא"ש איין שיעור נאכן צווייטן, אז זיין א ברסלב'ער חסיד האט נישט מיט מענטשן, נאר דער וואס לערנט דעם רבינ'ס ספרים - דער איז א ברסלב'ער חסיד, מוהרא"ש האט דאס געחזר'ט פאר אונז אן א שיעור מאל, 'קוק נישט אויף קיינעם, ווער נישט איבערגענומען פון דעם פון יענעם, קוק אין די ספרים, לערן די ספרים, לעב מיט די ספרים - דאס איז ברסלב'.


היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, היכל הקודש איז שכל, חיזוק און עצות - וואס מוהרא"ש האט ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, א וועג פאר אונז פשוט'ע מענטשן צו קענען לעבן, זיך קענען אן עצה געבן מיט די שוועריקייטן, דער וואס לערנט די ספרים און פירט זיך מיט די עצות - דער איז היכל הקודש; נישט דער און נישט יענער.


מאכט זיך א שיעור אין די בריוו עצתו אמונה, דאס וועט אייך געבן חיזוק אין אלע שווערע צייטן און אייך ווייזן א שיינע וועג ווי אזוי צו לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - ווי אזוי זאל איך רעאגירן ווען איך זע א בחור מיט א סמארטפאון?
בית המדרש, היכל הקודש, סמארטפאון, בחור, מוסר, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען געזעסן נעכטן אינאיינעם ביי אונז אין בית המדרש צו די סעודת הילולא פון רבי נתן, עס איז געווען גאר געשמאק, און מיר האבן זיך שטארק מחזק געווען ברוך ה'.


איין זאך האט מיר נאר זייער געשטערט, איך האב געזען א בחור נעמט ארויס א סמארטפאון און דרייט זיך ארום כאפן בילדער, ביי אונז איז זייער מאדנע צו זען א חסידישער בחור מיט א סמארטפאון, און דאס האט מיר זייער וויי געטון.


דארף איך גארנישט טון און גארנישט זאגן ווען איך זע א בחור נעמט ארויס א סמארטפאון ביי א מסיבה אין היכל הקודש? און בכלל אויב זע איך א בחור פון די חבורה וואס נעמט ארויס א סמארטפאון, דארף איך זיך נישט וויסנדיג מאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לאז איבער פאר די גבאים צו זאגן מוסר רייד, עס איז א גרויסע אחריות צו זאגן מוסר, עס איז זייער איינגעשטעלט.


דו זאלסט נעמען פאר דיר די מצוה פון געבן גוטע ווערטער פאר יעדן איינעם, ווייל מוסר אויב מען זאגט דאס נישט אויף די ריכטיגע וועג - טוט עס נישט אויף, און עס מאכט נאר שאדן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "אַף עַל פִּי שֶׁתּוֹכָחָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל", זאגן מוסר איז זייער א גרויסע מצוה, "אַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם רָאוּי לְהוֹכִיחַ", אבער נישט יעדער איינער קען מוסר זאגן. "כְּמוֹ שֶׁאָמַר רַבִּי עֲקִיבָא", אזוי ווי רבי עקיבא זאגט (ערכין טז:) "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך, "אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה", אויב איז דא אין אונזער דור, "מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ" איינער וואס קען זאגן מוסר; "וְאִם רַבִּי עֲקִיבָא אָמַר זֹאת בְּדוֹרוֹ", און אויב רבי עקיבא האט דאס געזאגט אין זיין דור, "כָּל שֶׁכֵּן בַּדּוֹר הַזֶּה שֶׁל עַכְשָׁו", איז דאך זיכער אין אונזער דור; "כִּי כְּשֶׁהַמּוֹכִיחַ אֵינוֹ רָאוּי לְהוֹכִיחַ", ווייל אויב דער מוסר זאגער ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר, "אֲזַי לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר עס וועט נישט אויפטון די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", נאר ער וועט מאכן א שלעכטע גערוך אויף די וואס הערן זיינע מוסר רייד, ער וועט זיי צעברעכן, "כִּי עַל יְדֵי תּוֹכַחְתּוֹ", ווייל דורך די מוסר - "הוּא מְעוֹרֵר הָרֵיחַ רַע שֶׁל הַמַּעֲשִׂים רָעִים וּמִדּוֹת רָעוֹת שֶׁל הָאֲנָשִׁים שֶׁהוּא מוֹכִיחָם", צעקלאפט ער די מענטשן און זיי וועלן מער נישט תשובה טון.


טעלעפאונס איז א גרויסע פראבלעם, אבער די וועג פון שרייען און מוחה זיין - העלפט נישט. מיר האבן גוטע גבאים, ערליכע אידן; אז דו זעסט עפעס אין שול וואס שטערט דיר - זאלסטו דאס דורכרעדן מיט זיי. אזוי אויך, אז מען רעדט ביים דאווענען און מען ווערט געשטערט, דארף מען זיך ווענדן צו די גבאים, און זיי האבן סייעתא דשמיא; זיי ווייסן ווי אזוי, וויפיל און ווען צו זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - וואס טו איך אז דער מלמד מאכט חוזק פון מיין זון אז ער זאגט משניות?
חינוך הילדים, קינדער, תפילה והתבודדות, היכל הקודש, סיום, מוסדות, מלמדים, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו פרעגן, וועל איך אנהויבן מיט די מעשה.


איך קום אהיים איין טאג, מיין ווייב זעט אויס אינגאנצן דערשראקן, און זי דערציילט מיר אז אונזער אינגל האט געזאגט אז ער וויל מער נישט מאכן זיינע סיומים משניות אין חדר, זי האט אים פרובירט אסאך אויסצופרעגן און פארשטיין וואס עס שטערט אים, ביז ער האט ענדליך דערציילט אז זיין מלמד טשעפעט אים כסדר וועגן די משניות, צום ביישפיל קען ער זאגן, "א קינד וואס זאגט משניות קען נישט דאווענען הויך?", אדער "ווייל דו זאגסט משניות, דארפסטו שוין נישט לערנען?", און דאס גלייכן נאך אסאך, און פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז ברבים אין פארנט פון אלע קינדער אין קלאס.


איך ציטער זייער וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער, אויב גייט עס ווייטער אזוי אן וועט דאס קינד שוין נישט וועלן מער אנקוקן דעם משניות, שוין אפגערעדט אז ער קען נאך באקומען שלעכטע קאשמארן פונעם משניות, חס ושלום. און בכלל אלע לימודים וואס מיר זענען זוכה צו באקומען פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה, וועט נישט נעמען צו לאנג חס ושלום ביז ער וועט זיך אנהויבן שעמען מיט דעם.


פארשטייט זיך אז מיר זענען אים כסדר מחזק און מעודד, מיר זענען אבער זייער באזארגט ווי אזוי דאס וועט גייט ווייטער, ווי לאנג קען מען אזוי אנגיין? מיר ציטערן אז ער וועט זיך אנהויבן שעמען מיט אומאן, מיט הפצה, און אזוי ווייטער.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז אונזערע קינדער זאלן אויך זוכה זיין צו לעבן דעם זיסן לעבן וואס מיר באקומען פון הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה. וואס זאלן מיר טון? דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז ביטע ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער צום מלמד, רעד צו אים. הויב אן מיט גוטנס, זאג אים ווי צופרידן דו ביסט און ווי שטארק דיין זון האט ליב צו קומען אין חדר. פרעג אים צי ער איז צופרידן פון דיין זון, און אזוי זאלסטו אריינגיין אין א שמועס מיט אים; אז דיין זון האט א געפיל אין זאגן משניות, און אז ביי דיר אין שטוב איז דאס די וועג, אויב ער קען אים מחזק זיין און אים אויפהייבן, און חס ושלום נישט צעקלאפן.


פרעג אים אויב עס שטערט אים אז דיין זון זאגט משניות. זאג אים אז דיין זון קומט אהיים לעצטנס אז דער מלמד זאגט אים יעדעס מאל עפעס א טשעפע אויף משניות, בעט אים ער זאל מער נישט טשעפען. פרעג אים אויב ער וויל דערמאנען דיין זון צו לערנען, אויב ער קען דאס זאגן אן אוועק מאכן דאס זאגן משניות; אזוי וועט ער אויפהערן טשעפען דיין זון.


אויך זאלסטו מאכן די סיומים פון דיין קינד אין שטוב אדער מיט חברים תלמידי היכל הקודש, ווייל די וועלט האט נישט קיין השגה אינעם דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און נישט אלע מלמדים זענען מחנכים; עס זענען דא מלמדים וואס וועלן נאר אויסלויבן די קינדער אויב זיי טוען וואס זיי זאגן און וואס זיי האלטן וכו', אויב דער קינד וועט האבן א מנהג טוב פון שטוב וואס דער מלמד פירט זיך נישט - וועט ער דאס אוועקמאכן, דעריבער איז בעסער אז דו זאלסט אויסלויבן דיין קינד אין שטוב.


מן הסתם האסטו געזען וואס מיר טוען אין אומאן ערב ראש השנה, מיר נעמען אלע קינדער וואס האבן געלערנט און מען געבט זיי כבוד, מען געבט זיי די הרגשה אז אלע פאטשן, אלע קלאפן פאר זיי; אזוי באקומען זיי א חשק צו לערנען און מסיים זיין. איך טו דאס אין אומאן ווייל דארט קומען אלע אנשי שלומינו, אויך די וואס שיקן נישט די קינדער אין ברסלב, און די וואס וואוינען אין פלעצער וואו עס איז ביז דערווייל נאכנישט דא קיין מוסדות; כדי צו מחזק זיין אלע קינדער מיט'ן סדר דרך הלימוד.


בעט דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אלע דיינע דורות זאלן האבן א געפיל אין הייליגן רבי'ן און זיין ערליכע אידן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; נאר תפילה און התבודדות איז די עצה פאר גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - פארוואס בין איך געבוירן געווארן אלס איד?
ספיקות, היכל הקודש, שמחה, שאלות, שולד געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר זיך אינגאנצן פארלוירן, איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש א שטיק צייט צוריק, איך פרוביר צו הערן די שיעורים און פאלגן וואס מען רעדט, עס העלפט מיר טאקע אסאך אנצוגיין אין לעבן, עס דערנענטערט מיך צום אייבערשטן, איך בין אבער נאכאלץ פול מיט שאלות און ספיקות וואס איך זוך ענטפערס אויף זיי, און דאס מאכט מיך אסאך יסורים, איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן בריוו צום ראש ישיבה שליט"א אבער איך האב דערווייל נאכנישט באקומען אן ענטפער.


איך שפיר ווי א פארלוירענער, אפשר וויל דער ראש ישיבה שליט"א מיך נישט האבן אין היכל הקודש? אדער קען זיין אז עס איז בלויז מניעות און עס איז מיין נסיון אויף וואס איך דארף זיך שטארקן? איך שפיר אבער ווי איך שטיי ביים עק פונעם שטריק און איך האלט שוין אט אט ביים אראפפאלן.


עס מאכט זיך צייטן וואס איך וויין פארוואס איך בין נישט געבוירן געווארן אלס גוי, אן די אלע אינערליכע שולד געפילן, אן די פילע ספיקות און קווענקלענישן וואס ברענען אין מיר, און איך וואלט געקענט טון אלעס וואס גלוסט מיר נאר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאנץ פאר שמחה "שלא עשני גוי", מיט דעם אליינס אז מיר זענען אידישע קינדער - איז שוין גענוג אויף צו זיין פרייליך.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק (חג השבועות, אות יג), א מורא'דיגע מעשה. דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


וואס איז געשען מיט דיר? ביסטו אריינגעפאלן אין אזא עצבות אז דו ווילסט זיין א גוי?! דו שרייבסט אז דו וויינסט דו ווילסט זיין א גוי - אזוי קען מען אלעס טון, און אלס אידיש קינד - קענסטו נישט טון וואס דו ווילסט; וואס איז מיט דיר? וואס קענסטו יעצט נישט טון אלס איד? א איד איז דאך א קינד פון אייבערשטן, מיר האבן א טאטע וואס זאגט אונז צו טון זאכן וואס איז גוט פאר אונז, דער אייבערשטר וויל נאר גוטס פאר אונז; מיר זענען נישט געשטראפט מיט דעם וואס מיר האבן די תורה, מיר זענען געבענטשט מיט די תורה.


איך וויל דיך פרעגן, ווען דיינע קינדער וויינען אז דו לאזט זיי נישט קריכן ביים פענסטער, און דו לאזט זיי נישט טון אנדערע נישט גוטע זאכן - טראכטן זיי אויך 'א שאד מיר האבן א טאטע וואס לאזט אונז נישט קריכן ביים פענסטער, און ווי גליקליך זענען די קינדער יתומים וואס קענען טון וואס זיי ווילן'? אדער ווען די קינדער ווילן בלייבן אין גאס ביינאכט און דו האסט רחמנות אויף זיי, וויינען זיי אויך אויף דעם וואס זיי קענען נישט טון וואס זיי ווילן? א מענטש מיט אביסל שכל וועט זאגן: 'טייערע קינדערלעך, ענקער טאטע האט ענק ליב, ער וויל ענק זאלן נישט ארויספאלן פון פענסטער און ענק זאלן אהיים קומען צייטליך, איר זאלט נישט אנקומען צו סכנות, וואס וויינט איר קינדערלעך...?' דאס איז נאר א שטיקל משל, א איד איז דאך א קינד פונעם אייבערשטן, מיר זענען אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, דעריבער זאגט אונז דער אייבערשטער 'טו נאר זאכן וואס וועט זיין גוט פאר דיר'.


די הייליגע חכמים זאגן אונז (תנחומא שמיני, ו) אויפן פסוק (דברים ד, ד): "'וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּה' אֱלֹקֵיכֶם', מָשָׁל לְמָה הַדָּבָר דּוֹמֶה, לְרוֹפֵא שֶׁהָלַךְ לְבַקֵּר שְׁנֵי חוֹלִים", עס איז צוגעגליכנט צו א דאקטער וואס צוויי קראנקע מענטשן זענען געקומען זיך היילן, דער דאקטער באקוקט זיי ביידע, "רָאָה אֶחָד מֵהֶם שֶׁהָיָה בְּסַכָּנָה", איינער איז אין א סכנה, ער גייט סיי ווי שטארבן, "אָמַר לִבְנֵי בֵיתוֹ" זאגט דער דאקטער פאר די משפחה: "תְּנוּ לוֹ כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ", געבט אים צו עסן אלעס וואס ער בעט, "רָאָה הָאֶחָד שֶׁעָתִיד לִחְיוֹת", און דער דאקטער זעט דער צווייטער גייט ווערן אויסגעהיילט, ער גייט לעבן, "אָמַר לָהֶם" זאגט ער פאר די משפחה: "כָּךְ וְכָךְ מַאֲכָל יֹאכַל וְכָךְ וְכָךְ לֹא יֹאכַל", געבט אים נישט צו עסן אלעס, נאר די און די עסן, "אָמְרוּ לָרוֹפֵא, מַה זֶּה", פרעגט מען דעם דאקטער וואס גייט דא פאר, "לָזֶה אַתָּה אוֹמֵר יֹאכַל כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ, וְלָאַחֵר אָמַרְתָּ לֹא יֹאכַל כָּךְ וְכָךְ", איינעם לאזט מען יא עסן אלעס און דער צווייטער מעג נישט עסן אלעס? "אָמַר לָהֶם הָרוֹפֵא", זאגט דער דאקטער: "לְזֶה שֶׁהוּא לְחַיִּים, אָמַרְתִּי לוֹ זֶה אֱכֹל וְזֶה לֹא תֹּאכַל", דער חולה גייט לעבן דארף ער זיך אכטונג געבן וואס ער עסט, "אֲבָל אוֹתוֹ שֶׁהוּא לְמִיתָה, אָמַרְתִּי לָהֶם, כָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ תְּנוּ לוֹ, שֶׁאֵינוֹ לְחַיִּים", אבער דער וואס גייט סיי ווי שטארבן - קען עסן וואס ער וויל. אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער פאר אידישע קינדער, "יִשְׂרָאֵל שֶׁהֵם לְחַיִּים", אידישע קינדער וואס בלייבן לעבן, "אָמַר לָהֶם" זאגט דער אייבערשטער: "'וִהְיִיתֶם קְדֹשִׁים כִּי קָדוֹשׁ אָנִי', 'אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשׁוֹתֵיכֶם', 'אֶת זֶה תֹּאכְלוּ', 'וְאֶת זֶה לֹא תֹּאכֵלוּ', 'לֹא תִּטַּמְּאוּ בָּהֶם וְנִטְמֵתֶם בָּם', לָמָּה", פארוואס, "שֶׁהֵם לְחַיִּים", אזוי ווי עס שטייט: "וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּה' אֱלֹקֵיכֶם, חַיִּים כֻּלְּכֶם הַיּוֹם".


ברודער שטארק זיך מיט התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א שטארקע אמונה, דו זאלסט שפירן דעם אייבערשטן. בעט נאר אויף די זאך, אויף א שטארקע אמונה; ביז דו וועסט זוכה זיין שפירן דעם אייבערשטן, ווייל דורך תפילה והתבודדות קומט מען צו אמונה.


שרייב מיר דיינע שאלות און ספיקות און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ענדערש נעמען א שידוך פון היכל הקודש, אדער א כלה וואס שערט זיך?
שידוכים, יבנאל, צניעות, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, היכל הקודש, התנגדות, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן, מען רעדט מיר א שידוך א מיידל פון היכל הקודש, זייער א גוטע זאך, אלעס זעט אויס פיין, אבער זיי זאגן אז ביי זיי שערט מען נישט די האר נאך די חתונה, פון די אנדערע זייט טראגט מען אן נאך א שידוך, א וואוילע משפחה, א גוטע מיידל, וואס ביי זיי שערט מען זיך יא, אבער זיי ווילן איך זאל אפלאזן היכל הקודש, איך זאל נישט האבן קיין שייכות מיט'ן ראש ישיבה, זיי ווילן איך זאל דאס צוזאגן און אינטערשרייבן.


מיינע עלטערן ווילן ענדערש די שידוך וואס מען שערט זיך די האר, זיי האבן געפרעגט זייער רבי און ער האט אויך געזאגט מען זאל נישט גיין צום שידוך מיט די משפחה וואס שערט זיך נישט, אבער מיך איז זייער שווער צו גיין צו א שידוך וואס איך דארף צו זאגן אז איך לאז אפ היכל הקודש. ביטע אויב דער ראש ישיבה קען מיך זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאלסטו נעמען די שידוך פון די משפחה וואס ביי זיי שערט מען זיך אפ די האר, אפילו זיי ווילן זיך אויסנעמען דו זאלסט אפלאזן היכל הקודש, ווי איידער די שידוך פון א משפחה וואס מען שערט זיך נישט אפ די האר.


מוהרא"ש האט זייער אסאך געשריבן און גערעדט צו אנשי שלומינו איבער דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן. אפילו אין יבנאל וואס רוב רובם פון די איינוואוינער זענען אפשטאמיגע פון ספרדי'שע משפחות - האט מוהרא"ש גע'פועל'ט זיי זאלן זיך אפשערן, מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען מיט דעם. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה - איז געגאנגען אמאל קיין יבנאל מחזק זיין די אינגעלייט, איינע פון די זאכן וואס מיין זיידע זכרונו לברכה איז ארויס פון התפעלות, איז געווען פון די הייליגקייט, די צניעות ביי די פרויען, ער האט זיך נישט געקענט אפוואונדערן אז עס איז דא א שטעטל וואס אלע משפחות זענען אפגעשוירן; איז אודאי זאלסטו ענדערש גיין צום שידוך וואס דו וועסט האבן א הייליגע שטוב.


קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה ווען מען האט חתונה און די פרוי שערט זי אפ די האר, מען איז זוכה אויפצושטעלן ערליכע דורות, מען איז זוכה אז די שכינה הקדושה רוט אין שטוב, און חס ושלום אויב מען לאזט די האר וואקסן און עס זעט זיך ארויס די האר - איז זייער שרעקעדיג. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


גיי צום שידוך מיט שמחה, האב נישט מורא; וואס מיינט 'אפלאזן'? ווי איז שייך אפלאזן דעם רבי'ן? בלייב לערנען די ספרים פון רבי'ן, העכסטנס וועסטו פאר א שטיק צייט נישט קומען דאווענען אין היכל הקודש; וועסט ווייטער לערנען דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה און זיין דבוק צום אייבערשטן, רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן.


היכל הקודש איז שכל, היכל הקודש איז נישט א פלאץ. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נט) דער צדיק ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן, אבער נישט אלע זענען זוכה צו בלייבן שטארק, "יֵּשׁ כַּמָּה וְכַמָּה שֶׁנָּפְלוּ מִקְּדֻשָּׁתָם", עס זענען דא וואס פאלן צוריק, "אַף עַל פִּי כֵן מֵאֵלּוּ שֶׁנִּשְׁאֲרוּ בְּיִרְאָה שָׁלֵם", פון די בויט זיך היכל הקודש, עיין שם. היכל הקודש איז חיזוק צו בלייבן שטארק מיט אמונה, מיט תפילה וכו'; דעריבער זאלסטו חתונה האבן און נישט קוקן אויף דעם, און אז דו וועסט זיך פירן מיט די וועג פון היכל הקודש - וועסטו גאר מקרב זיין די גאנצע משפחה; אלע וואס מיינען עפעס איז שלעכט אין היכל הקודש, אלע וועלן מקורב ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - וואס האב איך אלץ באקומען ביים רבי'ן?
חסידות ברסלב, מחלוקת, היכל הקודש, עבודת השם, ליצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך זייער געפרייט צו באקומען די בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, ברוך ה' מיט די עצות פון רבי'ן האט מען א גוטע לעבן, עס איז שווער מסביר צו זיין פאר א צווייטן; אבער אז דער ראש ישיבה שרייבט ער ווארט צו הערן וכו', וועל איך שרייבן אביסל.


איך וועל שרייבן אביסל מיין סדר היום. איך פרוביר אויפצושטיין בערך פינף אזייגער, איך גיי גלייך אין מקוה אין מיין הויז (שיריים פון קאראנע), נאכדעם גיי איך ארויס הונטער מיין הויז פאר התבודדות. די צייט איז אזוי געשמאק, מען פילט דאס וואס דער רבי זאגט אויף הניעור בלילה; אלעס שלאפט, קיינער שטערט נישט.


איך בין עוסק אסאך אין דאנקען, מער ווי בעטן; קודם ווייל עס איז ברוך ה' דא גענוג און נאך אויף וואס צו דאנקען, און אויך זעט מען וואונדערליכע ישועות ווען מען דאנקט אויף זאכן וואס זעט אויס נישט גוט, און אויך ווערט מען זייער פרייליך און פאזיטיוו.


נאכדעם לערן איך ח"י פרקים משניות, און מיט דעם האב איך שוין איינגענומען דעם טאג, ווייל ווי לאנג איך האב עס נישט געענדיגט - ענדיגט זיך נישט דער טאג.


נאכדעם לערן איך פינף דפים זוהר הקדוש; דעם שבת האב איך ברוך ה' מסיים געווען גאנץ זוהר.


נאכדעם גיי איך דאווענען וכו', נאכדעם ארבעט איך אפאר שעה. אויב בין איך געגאנגען שלאפן שפעט די נאכט פריער, לייג איך מיך אראפ אביסל; יעצט זומער גיי איך שווימען אביסל (מוהרא"ש האט מיר געזאגט עס איז זייער געזונט פאר עקסערסייז).


שפעטער נאכמיטאג לערן איך דעם בלאט גמרא, שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, אשר בנחל, און אויך א מסכת פון די צייט; איך האב יעצט אנגעהויבן מסכת יומא פאר יום כיפור, מסכת ראש השנה וועל איך אם ירצה ה' אנהויבן ראש חודש אלול, אויך אנשטאט זוהר האף איך צו לערנען יעצט תיקוני זוהר, שפעטער ביינאכט לערן איך לקוטי מוהר"ן כפי הפנאי, און אזוי אנדערע שיעורים (שלחן ערוך לערן איך נאכ'ן דאווענען), טור, רמב"ם, לקוטי הלכות.


באמת דערצייל איך קיינעם גארנישט, אבער איך וויל דער ראש ישיבה זאל זען אז די ארבעט צאלט זיך אויס; איך האף עס וועט געבן כח אנצוגיין ווייטער, אז מען פאלגט קען מען זוכה זיין צו לעבן אין גן עדן דא אויף די וועלט.


יישר כח פאר אלעס! דער אייבערשטער זאל געבן כח פאר'ן ראש ישיבה אונז ווייטער מחזק זיין, און הצלחה בכל הענינים.


איך בעט דער ראש ישיבה זאל מתפלל זיין פאר אונז ... להצלחה בכל הענינים.


מיין זון ... נרו יאיר האט מסיים געווען צום ערשטן מאל תהילים פאריגע וואך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס מען באקומט פון הייליגן רבי'ן וואלט יעדער געקומען צום רבי'ן און מען וואלט געברענגט די קינדער צום רבי'ן - כדי זוכה זיין אויך צו באקומען די שיינע לעבן וואס דער רבי געבט אונז, אבער ליידער האט דער שטן געמאכט אזא מחלוקת אויפ'ן רבי'ן, מיט אזעלכע לשון הרע אויף ברסלב - אז מענטשן ציטערן די קינדער זאלן נישט ווערן ברסלב'ער.


אבער באמת איז דאס א ליגנט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט - קריג איך אויך".


וואו אין די וועלט הערט מען ביי פשוט'ע אידן אזוי ווי מיר זענען - זאלן אויפשטיין פארטאגס זיך גיין מתבודד זיין און לערנען שיעורים בכל התורה כולה? ווי אין די וועלט זאלן פשוט'ע מענטשן האבן אן השגה אין עבודות הצדיקים? דאס איז דער כח פון רבי'ן, און דעריבער מאכט דער סמ"ך מ"ם ליצנות פון רבי'ן, ער שפעט און לאכט. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און איז דערנאך צוריקגעקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה"; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט די עצה איז שפעטן, מען לאכט און מען שפעט; דער סמ"ך מ"ם מאכט א געשפעט פונעם הייליגן רבי'ן.


שטארק זיך ווייטער אין דיין עבודות השם, אויך זאלסטו עוסק זיין אין די הייליגע הפצה; גיי יעדן טאג אביסל הפצה, שטעל זיך נישט אפ פאר קיינעם; טראכט פון נשמות ישראל ווי זיי זענען נעבעך אזוי פארפאלן, און מען קען זיי ראטעווען נאר מיט'ן רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - איז דא א ממלא מקום וואס האט איבערגענומען מוהרא"ש זי"ע?
חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, מנהיגים, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס, איך שפיר די רחמנות פונעם ראש ישיבה אויף מיר, מיר צו העלפן גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן אין א בריוו זיך צו דערווייטערן פון לצים וואס רעדן אויפ'ן צדיק. דער ראש ישיבה האט געשריבן, "ווען די קליפות זעען ווי דער מענטש וויל תשובה טון - קומען זיי צו אים פארשטעלט ווי מענטשן, זיי מאכן אים חלישות הדעת, און ווען זיי זעען ווי דער מענטש ווערט מקורב צום צדיק - הויבן זיי אן רעדן ליצנות קעגן דעם צדיק; אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפגעפאלן און יעצט ווילסטו זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - דארפסטו זיין פעלזן פעסט נישט אויסצוהערן געשפעט אויף צדיקים", איך בין אבער אביסל צעמישט אין דעם ענין פון צדיק, אויב דער ראש ישיבה קען מיר דאס אויסקלארן.


מיר האבן זוכה געווען צו האבן דעם גרויסן צדיק מוהרא"ש זי"ע וואס האט אונז געפירט אויפ'ן ריכטיגן וועג, אונז געלערנט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און אונז מחי' געווען אויף יעדע טריט און שריט. ליידער האבן מיר פארלוירן דעם גרויסן צדיק, ער האט אונז איבערגעלאזט אליין, אבער ער האט אונז אויך איבערגעלאזט זיינע ספרים מיט וואס מיר קענען זיך מחזק זיין אויף ווייטער, און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן מצב.


מוהרא"ש זי"ע האט נישט געשטעלט א ממלא מקום וואס זאל אים איבערנעמען נאך זיין הסתלקות, ער האט קלאר געזאגט און געשריבן אז ער שטעלט נישט קיין ממלא מקום נאך זיך. למעשה זענען אבער יא דא עטליכע משפיעים אין היכל הקודש וואס שטעלן זיך ארויס ווייטער איבערצוגעבן מוהרא"ש'ס לימודים. ווי אזוי ארבעט דאס?


איך וויל נאר זיין ערליך און וואויל, איך וויל נאר טון וואס ס'איז ריכטיג, אבער איך בין זייער צעמישט אין דעם, פון איין זייט קען מען אפשר מקבל זיין פון די משפיעים אין היכל הקודש, אבער פון די אנדערע זייט הער איך שטארקע טענות קעגן זיי אז מוהרא"ש האט דאך קלאר געזאגט אז ער האט נישט געשטעלט קיין ממלא מקום.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, איך וויל נאר וויסן דעם אמת, און מיין גאנצע אידישקייט ווענדט זיך אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער זאגט בכלל די זאך פון פארטרעטן מוהרא"ש? איך האב נישט געהערט קיינעם פון תלמידי היכל הקודש זאלן זאגן אויף איינעם אז דער און דער פארטרעט מוהרא"ש, ווער זאגט בכלל אזא זאך? קיינער זאגט נישט אז איינער פארטרעט מוהרא"ש.


מען קען נישט פארטרעטן מוהרא"ש, נישט שייך צו פארטרעטן; עס איז אזוי ווי קינדער וואס פארלירן א טאטע אדער מאמע לא עלינו, איז דען שייך צו נעמען א צווייטן זאל זיין זייער טאטע אדער מאמע? א טאטע מאמע קען מען נישט פארטרעטן; אזוי אויך א רבי, א צדיק - קען מען נישט פארטרעטן.


אבער דאס פארשטייט יעדער איינער אז אויב מען וועט לאזן די קינדער, די יתומים, אויף הפקר - וועלן זיי זיין אין א סכנה, מען דארף זיך אומקוקן אויף די קינדער; וואס טוט מען? מען ברענגט זיי א כמו טאטע, איינער זאל זיך פארענען מיט זיי ביז זיי וועלן אויפוואקסן; וויל איך דיך פרעגן, וועט איינער קומען פארהאלטן די קינדער און זיי טשעפען: "דער מענטש אז דאך נישט דיין טאטע, פארוואס הערסטו אים צו?" "די פרוי איז נישט דיין מאמע, פארוואס הערסטו איר צו?" וואס וועסטו זאגן אויף יענעם?


יעצט וויל איך דיך פרעגן, אז מענטשן שפירן זיך ווי יתומים, זיי דארפן א כמו טאטע, א כמו מאמע, איינער זאל זיי מדריך זיין, איינער זאל זיי מחי' זיין, אריינבלאזן א חיות אין זייער נשמה; ווי קומט מען שפעטן און זאגן: "מוהרא"ש האט נישט געשטעלט א ממלא מקום!" ווער זאגט דא אז מיר נעמען א ממלא מקום? מוהרא"ש לאזט נישט נעמען אן ערליכער איד פאר א וועג ווייזער?! מען טאר נישט נעמען א מורה דרך זאל מחי' זיין און מחזק זיין?!


אינטערעסאנט, די איין שורה פון די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן: "אני לא מיניתי את אף אחד להיות מנהיג במקומי" - דאס איז דיר מבלבל, און וואס מוהרא"ש שרייבט אינעם גאנצן בריוו, פארדעם און נאכדעם - דאס זעסטו נישט? און דאס וואס מוהרא"ש שרייבט צענדליגער טויזנטער בריוו פאר אנשי שלומינו מען זאל זוכן צווישן אנשי שלומינו איינער וואס קען מחזק זיין, איינער וואס קען אריינשיינען א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו לערנען, איינער וואס וועט דיר עפענען דיין מויל זאלסט קענען רעדן צום אייבערשטן - דאס איז נישט שייך היינט? דאס איז נאר געווען שייך ווען מוהרא"ש האט געלעבט?!


מוהרא"ש האט טאקע נישט געשטעלט קיין ממלא מקום, אבער מוהרא"ש האט איבערגעלאזט ספרים וואס זאגן אונז און לערנען אונז ווי אזוי זיך צו פירן. לאמיר אריינקוקן אין די ספרים וואס לערנען אונז, מוהרא"ש זאגט אן א שיעור מאל מיר זאלן זוכן צווישן אנשי שלומינו ווער עס קען אונז ברענגען נאנט צום אייבערשטן, מיר זאלן זוכן און נישטערן ווער עס קען אונז אריינבלאזן א חיות, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן; זאלן זיך געפונען אין היכל הקודש מענטשן וואס זאלן פיינט האבן ערליכע אידן וואס זענען מחזק אידישע קינדער?


דאס איז דאך געווען די טענה אלע יארן אויף תלמידי היכל הקודש, מען האט געשריגן אויף אונז: "מיר דארפן נאר דעם רבי'ן, מיר דארפן נישט קיינעם זאל אונז זאגן, מיר נעמען דעם רבי'ן און רבי נתן"; מיט דעם האבן מיר נישט געקוקט אויף די מתנגדים, מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין פון מוהרא"ש דעם רבינ'ס לימודים; יעצט איז דא וואס זינגען דעם פארפוילטן ליד אין היכל הקודש?!


אז איינעם איז גענוג די ספרים פון רבי'ן דארף מען פארדעם פיינט האבן אנדערע וואס דארפן יא חיזוק און אז מען זאל זיי מדריך זיין וכו' וכו'?! פארוואס זאל מען חוזק מאכן פון תלמידי היכל הקודש וואס זענען מחזק אנדערע? פארוואס פיינט האבן ערליכע אידן? אז מען קען נישט ליידן ערליכע אידן איז א סימן מען איז ווייט פונעם אמת.


וואס ביסטו זיך מבלבל פון אנדערע, פארוואס זאלסטו זיך שטערן פון אנדערע? מוהרא"ש האט אונז געלערנט מען זאל זיך נישט לאזן נארן, מען זאל קוקן אויף זיך, מען זאל רחמנות האבן אויף זיך; אז מען דריידט זיך אין א פלאץ זאל מען קוקן אין די האנט: 'וואס באקום איך דא?' אז מען זעט מען ווערט נענטער צום אייבערשטן, מען לערנט שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מען איז זיך מתבודד און מען לעבט מיט תכלית - איז גוט, און אז נישט זאל מען זוכן א צווייטע פלאץ וואו מען איז מעורר אויף די זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.