שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג מען קוקן אויף צניעות'דיגע פרויען?
הלכה, קדושה, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען לעצטנס אן הלכה אז על פי דין מעג מען קוקן אויף צניעות'דיגע פרויען, נאר נישט הנאה האבן פון דאס קוקן, נאר על פי מוסר איז אסור בכלל צו קוקן.


פון ווען כ'האב דאס געזען בין איך ווייניגער מקפיד נישט צו קוקן, אבער למעשה קלאפט מיר דאס הארץ אז איך טו נישט באמת דעם רצון ה'. וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, ווי קענסטו פארזען אן אפענע פסוק אין די תורה וואס מען זאגט יעדן טאג ביי קריאת שמע (במדבר טוב, לט): "וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם", זאגט אויף דעם רש"י (שם): "הַלֵּב וְהָעֵינַיִם הֵם מְרַגְּלִים לַגּוּף וּמְסַרְסְרִים לוֹ אֶת הָעֲבֵרוֹת", די אויגן און די הארץ זענען צוויי מעקלערס פאר עבירות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (עיין מדרש תנחומא, סוף פרשת שלח; ירושלמי ברכות א, ה): "הָעַיִן רוֹאֶה", עס הייבט זיך אן מיט די אויגן, אז מען היט נישט די אויגן, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", - קומט די הארץ און הייבט אן גליסטן, "וְהַגּוּף עוֹשֶׂה אֶת הָעֲבֵרוֹת", און די גוף טוט די עבירה.


אלעס הייבט זיך אן מיט די אויגן; אז מען היט נישט די אויגן פאלט מען אראפ אין עבירות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אונז (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע קומט צום מענטש ווען דער מענטש היט נישט די אויגן; אזוי אויך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ירושלמי ברכות א, ה): "לִיבָּא וְעֵינָא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַּחֲטָאָה נִינְהוּ", די הארץ און די אויגן זענען צוויי מעקלער פאר עבירות, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אִי יְהַבְתְּ לִי לִיבָּא וְעֵינָא, אֲנָא יָדַע דְּאַתְּ לִי", דער אייבערשטער זאגט אונז, אויב דו געבסט מיר די צוויי זאכן - די היטסט דיינע אויגן, דו קוקסט נישט אויף קיין פרעמדע פרויען און דו געבסט מיר דיין הארץ - דו גליסט נישט קיין פרעמדע זאכן, ווייס איך אז דו ביסט מיינער; עס איז מיר א גרויסע וואונדער ווי אזוי א איד שרייבט אזעלכע זאכן קעגן די תורה.


וויסן זאלסטו, אז מען היט זיך נישט די אויגן איז גרויסע צרות; מוהרא"ש זאגט, דאס וואס די תורה זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", דאס גייט ארויף אויף הסתכלות אסורות; דער וואס היט נישט די אויגן - דער ווערט פשוט קראנק, ער ווערט משוגע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו) רוב משוגעים ווערן משוגע פון ניאוף.


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף דיר, האב רחמנות אויף דיין נשמה; הער אויף קוקן אויף פרויען. וויי און ביטער איז פאר דעם וואס קוקט אויף פרויען, מענטשן זענען אזוי פארקראכן אין דעם, מען טראכט אז מען קען נישט ארויסקריכן פון דעם וכו', בשעת דאס איז א קראנקהייט, צו קוקן אויף יעדע פרוי. אז דו וועסט אכטונג געבן פן היינט און ווייטער צו היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


עס ווערט געברענגט פון צדיקים, אויפ'ן פסוק (בראשית לח, כא): "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה, הִוא בָעֵינַיִם"; אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה - ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ווערן הייליג? הִוא בָעֵינַיִם - אויב מען היט זיך די אויגן איז מען זוכה אז מען ווערט הייליג, און אויב חס ושלום מען איז מפקיר די אויגן, מען קוקט וואו עס לאזט זיך - דעמאלט איז א סימן אז מען איז זייער ווייט פון קדושה.