תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בין איך א חתן געווארן למזל טוב, און מיר גרייטן זיך מיט פרייד צו די חתונה בשעה טובה ומוצלחת.
איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען מיר ערקלערן פשט אינעם פסוק "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", למעשה בין איך נאך יונג, איך דארף נאך צוקומען צו די הילף און הדרכה פון מיינע עלטערן, וואס איז פשט פון דעם אז נאך די חתונה דארף מען אפלאזן די עלטערן און זיך באהעפטן נאר צו די ווייב?
יישר כח פאר אייער צייט.
שלמה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד שלמה נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, ערליכע אידישע דורות, אמן.
יעדעס מאל ווען עס איז געווען א שבע ברכות אין ישיבה, פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה ארום רעדן פון דעם פסוק וואס די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", לכאורה איז שווער, ווי קען מען זאגן פאר חתן כלה זיי זאלן אפ זייערע עלטערן ווען די גרעסטע מצווה איז כיבוד אב ואם, חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצווה פון כיבוד אב ואם (ירושלמי פאה א, א) "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", אויב אזוי וואס איז פשט אז מען זאגט פאר חתן כלה לאזט אפ אייערע עלטערן? נאר דאס מיינט מען צו זאגן, מען זאל נישט אריין מישן די עלטערן אינעם לעבן. יעדע חתן כלה, ווען מען האט חתונה, נעמט אביסל צייט ווי לאנג מען ווערט פאראייניגט, ווייל יעדער איינער קומט פון אן אנדערע סארט שטוב, סיי די חתן סיי די כלה קומען מיט אנדערע סארט מנהגים, אנדערע קפידות, אנדערע געפירעכצער, און עס נעמט צייט ווי לאנג מען ווערט פאראייניגט, און מען ווערט לבשר אחד.
א פאר-פאלק דארף וויסן ""עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ" - מיש נישט אריין דיינע עלטערן אין דיין לעבן, רעד זיך נישט אפ פאר זיי. אמת, זאכן דארפן זיך מסדר זיין, אבער עס נעמט צייט. מיש נישט אריין דיינע עלטערן, קרעכץ נישט צו זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס, מען ברענגט זיי נאר נחת. און אפילו ווען עפעס דרוקט, דאס הייסט, מען קומט זיך נישט אויס איינער מיטן צווייטן, עס איז דא חלוקי דעות צווישן מאן און ווייב, איז נישט גוט דאס צו דערציילן פאר די עלטערן. די עלטערן האבן שוין גענוג געהאט אין זייער לעבן, זיי זענען שוין גענוג אריבער וכו', יעצט איז זייער צייט צו שעפן נאר נחת.
אויב עס איז דא חלוקי דעות וכו', גייט מען צו אן ערליכער איד, ער זאל מחזק זיין דעם פאר-פאלק, און זיי ווייזן ווי אזוי מען קען לעבן בזה העולם אין גן עדן וכו'.
ווען חתן כלה האבן חתונה דארפן זיי זייער אכטונג געבן ווייטער מכבד צו זיין זייערע עלטערן. היינט איז זייער גרינג צו מקיים זיין כיבוד אב ואם, אפילו ווען מען וואוינט אין אן אנדערע שטאט פון די עלטערן קען מען זיי רופן יעדן טאג און שמועסן מיט זיי אויפן טעלעפאן.
איך האב געהערט פון תלמידים וואס האבן געלערנט יארן לאנג ביי מוהרא"ש, אז די ערשטע זאך נאך שחרית פלעגט מוהרא"ש רופן זיין טאטע, דאס איז געווען די ערשטע זאך ביי מוהרא"ש.
מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן צו עלטערן; פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטע זאכן, מען באדאנקט זיך פאר זיי, מען דערציילט ווי שיין דער לעבן איז, ווי גוט אלעס איז וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, אמן.
א פרייליכן שבת.