שאלה אין קורצן ענין
#1 - נאכאמאל זיך אויפהויבן?
התחזקות, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר, אלע שיעורים און חיזוק וואס העלפן מיך אזויפיל און פירן מיך אויפ'ן ריכטיגן וועג.


איך פרוביר זיך צו שטארקן אסאך מאל, אבער עס איז מיר זייער נישט גרינג, מיינע נסיונות זענען בכלל נישט אזוי גרינג, און פרוביר זיך זייער צו שטארקן מיט אמונה און בטחון אבער דאס איז אויך נישט גרינג אלעמאל, איך מוטשע זיך אויך זייער מיט שמירת עינים, וויפיל מאל קען מען אבער פרובירן זיך נאכאמאל צו שטארקן?


אמאל האב איך נאך געטראכט אז איין טאג וועט מיר נאך גוט ווערן, אבער לעצטנס זע איך שוין נישט די ליכטיגקייט ביים עק פונעם טונעל, איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן, און וויפיל איך פרוביר נאכאמאל, ווארפט מען מיר נאכאמאל אראפ, וואס איז דער תכלית? נאכאמאל צו פאלן און נאכאמאל זיך אויפהויבן? ווי אזוי גייט מען פון דא ווייטער?


איך רעד זיך נישט אפ, איך שרייב בלויז אראפ די ווייטאג פון מיין הארץ, און איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז מיר מחזק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"א סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר פרעגן, וואס וואלסטו געטון ווען דו גייסט אין גאס און דו פאלסט אראפ? אודאי וואלסטו זיך אויפגעהויבן, און וואס וואלסטו געטון ווען דו הייבסט זיך אויף און שפעטער פאלסט נאכאמאל אראפ? אודאי וואלסטו נישט געבליבן ליגן אויף דער ערד, אודאי וואלסטו זיך נאכאמאל אויפגעהויבן; יעצט וויל איך דיר פרעגן, וואס טוסטו אז נאכן נאכאמאל זיך אויפהייבן ביסטו נאכאמאל אראפגעפאלן? וועסטו ענטפערן: "עד כאן, דאס איז עס, גענוג געווען מיטן זיך אויפהייבן, איך בלייב שוין ליגן אין די בלאטע, עס איז נישט קיין עסק נאכאמאל און נאכאמאל זיך אויפהייבן"? קיינער וואלט נישט אזוי געזאגט, קיינער וואלט נישט געבליבן ליגן אפילו מען איז שוין געפאלן כמה וכמה פעמים.


יעצט ליבער ברודער ווען עס רעדט זיך איבער פאלן אין עבירות, אז מען איז ליידער אראפגעפאלן אין אן עבירה - איז דאס נישט קיין תירוץ אדער א באווייז אז מען קען נישט מער זיין גוט, מען קען מער נישט מצליח זיין אין עבודת השם; וואס האט צו טון וויפיל מאל מען איז געפאלן און וויפיל מאל מען האט שוין אנגעהויבן און וויפיל מאל מען האט אויפגעגעבן? ווער דארף דאס בכלל ציילן? ווער דארף דאס בכלל וויסן? אז מען פאלט - הייבט מען זיך אויף, און אז מען פאלט נאכאמאל - הייבט מען זיך נאכאמאל אויף, און אזוי איז די גאנצע לעבן; מען פאלט און מען פאלט - און מען הייבט זיך אויף, מען פאלט און מען פאלט - און מען הייבט זיך אויף.


דאס ווייסטו אודאי ווי אזוי מען הייבט זיך אויף, מען הייבט זיך אויף דורך גיין צום אייבערשטן, דורך דערציילן דעם אייבערשטן ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי שווער עס גייט. ליבער ברודער, זיכער יעצט ווען מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצה פון זיך מתבודד זיין, זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, אים דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי שווער עס איז; דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען די מעלה און דאס גרויסקייט ווען א מענטש וואס פאלט אראפ אין נישט גוטע זאכן, ער איז נכשל געווארן אין פגם הברית רחמנא לצלן, ווען דער מענטש הייבט זיך אויף און קומט צום אייבערשטן מיט א טענה: "רבונו של עולם וואס וועט דא זיין? איך וויל דאך אזוי שטארק זיין גוט און ערליך, און איך האלט אין איין פאלן, איך וויל אזוי שטארק מער נישט פוגם זיין, אבער נאכדעם פאל איך אראפ נאכאמאל, וואס טו איך? וואס איז מיין עצה? צו וועם זאל איך מיך ווענדן?" דאן ווערט א רעש און א טומל אין הימל, אלע מקטריגים אנטלויפן, און ער נעמט אראפ פון זיך אלע דינים.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, דער הייליגער זוהר זאגט (בלק, קצה.), אלע מלאכים קומען און פרעגן: "וואס זענען זיינע טענות? מיר ווילן אים דן זיין", זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט ענק זאלן זיך אריינמישן, "אֲנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, איך וויל אים דן זיין, איך וויל ער זאל נאר צו מיר זיך אויסוויינען, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן און דער אייבערשטער ענטפערט פארן צעבראכענעם הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.