תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
את חטאי אני מזכיר היום, איך בין אלעמאל אוועקגעשטאנען פון ברסלב, איך פלעג אלץ חוזק מאכן פון די מענטשן וואס טיילן ארום די ברסלב'ע קונטרסים, אבער יעצט ווען איך זיץ שוין אזוי לאנג אינדערהיים מיט מיין ווייב און קינדער, איך בין איינגעהילט אין שרעק פון די קאראנע וויירוס, האב איך זיך געבראכן און אנגערופן די טעלעפאן ליין פון "קול ברסלב", און איך בין זיך ממש מחי' די שיעורים און חיזוק, עס האט מיר ממש צוריק געברענגט דאס קאליר אויפ'ן פנים, און איך האב אויך געבעטן מיין ווייב זי זאל נאר רופן "קול ברסלב", זי זאל נישט רופן די נייעס ליינס וואס דערשרעקן אזוי שטארק און לאזן נישט לעבן.
פאר דריי יאר צוריק איז אנגעקומען צו מיר אינדערהיים א ברסלב'ע קונטרס, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב עס נישט ארויסגעווארפן אין לויף פון די צייט, אבער יעצט האב איך עס אפירגעקראצט, און איך זע אז דער אייבערשטער האט עס צוגעגרייט ממש פאר מיר, ס'רעדט צו מיין הארץ, איך ליין דארט ממש וואס איך דארף יעצט צו הערן, און ס'איז ווי נערווען טאבלעטן פאר מיר אין די יעצטיגע שווערע צייט.
איך וויל אייך זייער שטארק איבערבעטן אז איך האב אזוי אוועקגעמאכט און חוזק געמאכט פון ברסלב די אלע יארן, ווייל היינט שפיר איך אז איך קען ממש נישט אנגיין אין לעבן אן דעם.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן, אלע וואלטן געלערנט דעם רבינ'ס ספרים; וואס קען מען טון אז דעם רבינ'ס זאך גייט מיט בזיונות, עס איז א געשפעט.
דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) ווי פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און איז דערנאך צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".
מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון, שם): "וואס פאר אן עצה האבן זיי זיך געטראפן? לאכן - מען לאכט פונעם רבי'ן, מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד", דאס איז די עצה; דער סמ"ך מ"ם מאכט זיכער אז מען זאל נישט מקורב ווערן צום רבי'ן דורכדעם וואס ער מאכט א געשפעט פונעם הייליגן רבי'ן. ווען ער זעט אז דער רבי איז מתקן אלעמען, דער רבי האט א שפראך צו אלע געפאלענע, אזוי ווי דער מציאות איז, אז ווען מען קומט קיין אומאן צינדט זיך אן אינעם מענטש אן אינערליכער פייער, דער מענטש הייבט אן בענקען צום אייבערשטן; וואס טוט דער סמ"ך מ"ם? ער לאכט אפ פון דעם און מאכט א געשפעט, ער פארשפרייט בילדער פון אינטערעסאנטע מענטשן וכו', אזוי האלט ער צוריק מענטשן פון קומען קיין אומאן.
די אלע וואס רעדן און שפעטן פון ברסלב - שפעטן נישט פון ברסלב; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז. מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער; באמת איז דאס א פלאץ פון ווערן נאנט צום אייבערשטן, א פלאץ פון ווערן אן ערליכער איד, א פלאץ צו קענען לעבן דא אויף די וועלט א לעבן פון גן עדן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.