תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין זון ווערט אי"ה זיבן יאר, ער איז שוין געווען אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן אלס קליין קינד פון עטליכע חדשים, מיר האבן אים אבער געוואלט נעמען נאכאמאל קיין אומאן פאר די זיבן יאר, ער זאל דארטן זאגן תיקון הכללי. מיר האבן שוין געהאט טיקעטס צו פארן קיין אומאן קומענדיגע וואך, אבער למעשה איז בטל געווארן דער פליגער צוליב דער מצב מלחמה.
די שאלה איז אבער מיר זאלן זיך יא ספעציעל אנשטרענגען אים צו נעמען קיין אומאן פאר די זיבן יאר, עס איז דא וועגן צו פארן דורך מצרים, אבער עס איז זייער א שווערע און לאנגע וועג, אדער אפשר נאך יום טוב וועט יא זיין פליגערס, אדער וועט שוין די מלחמה זיין פארענדיגט. אדער פעלט עס נישט אויס ווייל ער איז למעשה געווען אין אומאן ביי דריי פיר חדשים אלט, כאטש וואס ער האט נישט געזאגט תיקון הכללי.
פארשטייט זיך אז מיר וועלן אים נעמען קיין אומאן אויף ראש השנה, די שאלה איז נאר פאר יעצט, איידער ער ווערט זיבן יאר.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
נעמען א קינד קיין אומאן צום רבינ'ס ציון פאר די זיבן יאר - האט נישט צוטון אויב דער קינד וועט זאגן די צען קאפיטלעך תהילים; דאס ברענגען די קינדער איידער די זיבן יאר - דאס אליינס איז זייער א גרויסע זאך. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "אֲנִי בָּטוּחַ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁכָּל תִּינוֹק שֶׁיָּבוֹא לְפָנַי קוֹדֶם שֶׁיַּגִּיעַ לְבֶּן שֶׁבַע שָׁנִים, בְּוַדַּאי יִהְיֶה נָקִי מִן הַחֵטְא עַד יוֹם חֲתֻנָּתוֹ", איך זאג צו פאר יעדן קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר - וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד; דאס האט נישט מיט זאגן די תיקון הכללי.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.