שאלה אין קורצן ענין
#1 - ס'איז מיר זייער שווער צו רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר שוין א לענגערע צייט צו מאכן התבודדות, אבער די ווערטער קומען נישט ארויס געהעריג; רוב מאל איז עס נאר במחשבה, אדער דורך שרייבן, אדער זאג איך נאר "טאטי העלף מיר".


איך האב מורא צו מתפלל זיין, ווייל שוין לאנג צוריק האט מיר איינער געזאגט א מדרש וואס דערציילט אז א מענטש איז געווען אין מדבר און ער האט שוין נישט געהאט קיין כח צו גיין ווייטער האט ער מתפלל געווען אז ער זאל האבן אן אייזל, זאגט דער מדרש אז א קעניג איז דעמאלט אריבערגעגאנגען די מדבר מיט אן אייזל און ער האט געהייסן דעם מענטש אז ער זאל עס אים שלעפן, אבער ער זאל נישט רייטן אויף די אייזל, זאגט דער מדרש אז דאס איז געקומען ווייל ער האט נישט מתפלל געווען אז ער זאל האבן אן אייזל "צו רייטן", ער האט נאר געבעטן אן אייזל און ער האט עס באקומען.


איך פארשטיי עס נישט, דער אייבערשטער האט דאך געוואוסט אז ער דארף עס צו רייטן? איך ווייס נישט וואו דער מדרש איז, אבער עס מאכט מיר שווער צו מתפלל זיין ווייל אויב איך וועל נישט זאגן קלאר די תפלה קען נאך ארויסקומען שלעכטס דערפון.


איינער האט מיר געגעבן אן עצה צו זאגן נאכן מתפלל זיין יהיו לרצון אמרי פי "והגיון ליבי". וואס איז די עצה פונעם ראש ישיבה? און וואס איז פשט אין דעם מדרש?


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, יב כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


וויסן זאלסטו, דאס אז עס קומט דיר אן שווער צו רעדן צום אייבערשטן, דו ווילסט רעדן צום באשעפער אבער די ווערטער קומען נישט ארויס פון מויל וכו', אזוי איז ביי יעדן איינעם אין אנהייב. ווייל ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אפגעשוואכט זיין אמונה, ער שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז ביי אים, מיט אים, און נעבן אים. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל הָאָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה בָּאָדָם", ווען א מענטש זינדיגט הייבט ער אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן, די אמונה ווערט ביי אים זייער שוואך. דערפאר זעט מען אז ווי יונגער דער מענטש איז, איז די אמונה שטערקער ביי אים, וועגן דעם זעט מען אז קינדער האבן זייער א שטארקע אמונה, ווייל זיי זענען נאך ריין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד, כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוהט ביי יעדן איינעם, ווי נאר מען האט געזינדיגט איז די שכינה אוועק געגאנגען; וואס מיינט שכינה? ווען א מענטש ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער; ווייל אלעס וואס מען זעט מיט די אויגן איז נאר א לבוש פונעם אייבערשטן, די גאנצע וועלט איז איין שטיק אייבערשטער, דער אייבערשטער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, נאר דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי, מדבר. ווען א מענטש ווייסט אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט אים, ביי אים, און נעבן אים, דאס מיינט 'השראת השכינה' - די שכינה רוהט ביי אים, דעמאלט הייבט דער מענטש אן רעדן צום אייבערשטן, ער פארציילט אלעס פארן אייבערשטער, ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ אזוי ווי ער וואלט גערעדט מיט זיין חבר.


אבער ווען א מענטש זינדיגט רחמנא לצלן, גייט אריין אינעם מענטש נארישע חכמות, שטותים און דמיונות, כאילו דער אייבערשטער האט איבער געלאזט די וועלט וכו'. מען קען זען מענטשן דרייען זיך ארום צעבראכן און צעריסן, מען גייט ארום מיט קשיות און ספיקות אויפן אייבערשטן רחמנא לצלן, אויף דעם איז די עצה מען זאל שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך וויל האבן א ריינע אמונה, איך וויל גלייבן אז דו ביסט דא, איך וויל רעדן צו דיר וכו' וכו'", ווי מער א מענטש שטופט זיך אריין צו גיין בהיכל המלך וועט ער זוכה זיין אנצוקומען אינעווייניג.


דערפאר, אז דו שרייבסט אז דו קענסט נישט רעדן צום אייבערשטן איז די עצה זאלסט דאס בעטן פונעם אייבערשטער, און אז דו וועסט זיין אן עקשן וועסטו אויספירן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "צָרִיך לִּהְיוֹת עַקְשָׁן גָדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַך", מען דארף זיין א עקשן ווען מען וויל זיין אן ערליכער איד, דאס מיינט צו זאגן אז מען טאר נישט אפלאזן עבודת התפילה, מען דארף בעטן און בעטן ביז מען איז זוכה אז מען עפענט אויף די טיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ד.) ווען אליעזר איז געגאנגען זוכן א שידוך פאר יצחק, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל טרעפן א שידוך פאר יצחק, האט ער נישט גוט געבעטן, ער האט געזאגט פארן אייבערשטן: "אויב איך וועל בעטן פון א מיידל געב מיר טרינקען און זי וועט זאגן 'טרינק און געב טרינקען פאר די קעמלעך' דאס איז א סימן אז זי איז די כלה", ער האט אבער נישט גוט געבעטן, ווייל וואס וואלט ער געטון ווען עס קומט צו גיין א מיידל מיט א אומזעבארע פעלער, און ער וואלט איר געבעטן וואסער, וואלט ער אריין געפאלן מיט א פעלערדיגע כלה וכו', למעשה האט אים דער אייבערשטער געהאלפן אז רבקה איז ארויסגעקומען. זעט מען פון דעם אז א מענטש דארף זיך גוט אויסשמועסן מיטן אייבערשטן ווען ער זוכט א שידוך, ער זאל בעטן בפרטי פרטיות און נישט פארפעלן צו בעטן אויף קיין שום פרט.


ווען דו הערסט א מעשה אז איינער האט געבעטן דעם אייבערשטן נישט ווי עס דארף צו זיין און ער האט באקומען נאר וואס ער האט געבעטן, דארפסטו ארויס נעמען פון די מעשה זיך מחזק צו זיין, אז וואס מען בעט באקומט מען, נישט פשט אז עס זאל דיר מאכן אויפהערן רעדן צום אייבערשטן, ווייל אן תפילה האט מען זיכער גארנישט. די אלע מדרשים וואס ברענגען אראפ מעשיות פון תפילה, דאס איז מחזק צו זיין דעם מענטש, ער זאל בעטן דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין, נישט מען זאל נעמען די מדרשים אויפצוהערן רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.