שאלה אין קורצן ענין
#1 - ס'איז שובבי"ם, ווי אזוי קען איך זיך פאררעכטן?
אומאן, לימוד התורה, תשובה, שובבי"ם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין דורכגעגאנגען זייער א שווערער עבר, איך בין ליידער דורכגעפאלן מיט גאר הארבע עבירות, אפילו אויף איסורי כריתות רחמנא ליצלן, און ב"ה אז מיט אסאך תפלות און אסאך הילף האב איך זוכה געווען ארויסצוקריכן פון די בלאטע, און ווערן א ריינער ערליכער איד.


אזוי ווי מ'האלט יעצט אין די טעג פון שובבי"ם, וויל איך וויסן אויב ס'איז דא א וועג פאר מיר מתקן צו זיין דעם שווארצן עבר, אינגאנצן אפצומעקן די אלע שלעכטע עבירות. איך בין גרייט צו טון אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר שרייבן, אפילו צו פארן קיין אומאן זאגן תיקון הכללי, זאגן משניות, אדער סיי וואס, אויסער צו פאסטן וואס אויף דעם האב איך נישט קיין כח; אבער איך וויל וויסן אויף זיכער מיט א קלארקייט אז נאכדעם וואס איך האב געטון די אלע זאכן, האב איך מיט דעם שוין אלעס פארראכטן, און ס'איז נישט געבליבן מער קיין זכר פון מיינע שלעכטע מעשים פון אמאל.


יישר כח פאר אלעס, און ספעציעל פאר די אלע בריוו, וואס העלפן אזויפיל טויזנטער אידן איבער די וועלט, יעדער מיט זיינע שוועריקייטן.


לוי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד לוי נרו יאיר.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אפגעלאזט אלע שלעכטע מעשים און זוכה געווען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א שמחה דו האסט גורם געווען אויבן אין הימל מיט דעם וואס דו האסט אפגעלאזט דיינע שלעכטע מעשים; אליהו הנביא זאגט (תנא דבי אליהו רבא, פרק לא): "מֵעִיד אֲנִי עָלַי שָׁמַיִם וָאָרֶץ", די הימל און ערד זענען מיינע עדות, "שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה לָהֶן לְיִשְׂרָאֵל יוֹתֵר מִמַּה שֶׁמְּצַפֶּה הָאָב לִבְנוֹ וְהָאִשָּׁה לְבַעֲלָהּ שֶׁיַּעֲשׂוּ תְּשׁוּבָה", אז דער אייבערשטער ווארט אז אידישע קינדער זאלן זיך צוריק קערן צו אים אסאך מער ווי א טאטע ווארט צו זען זיינע קינדער און אסאך מער ווי א פרוי ווארט אויף איר מאן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע תענוג און נחת רוח ביים אייבערשטן ווי ווען א איד טוט תשובה, דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


דו שרייבסט אז דו ביסט גרייט צו טון אלעס אויף דער וועלט אפצומעקן דיינע זינד, חוץ איין זאך האסטו נישט קיין כח - צו פאסטן; זאלסטו וויסן אז דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תצא): "ווער עס ווייסט פון מיר - וואס דארף ער פאסטן, און ווער עס ווייסט נישט פון מיר - וואס העלפט אים פאסטן"; אז מען ווייסט פון די עצות פון הייליגן רבי'ן דארף מען נישט טון קיין שווערע עבודות צו מתקן זיין די פגמים, נאר מען קען אלעס פאררעכטן מיט די זיסע עצה פון רעדן צום אייבערשטן און דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן. דער רבי האט בפירוש געזאגט אז ווען ער וואלט ווען געוואוסט אין זיינע יונגע יארן צו וואס מען קען צוקומען אז מען רעדט צום אייבערשטן, וואלט ער זיך נישט אזוי געמוטשעט מיט שווערע עבודות, ער וואלט נאר עוסק געווען אין התבודדות; דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן. זאלסט אים אלעס דערציילן, אלעס וואס דו האסט אפגעטון און דיינע יונגע יארן, און אים בעטן ער זאל דאס אלעס אפמעקן - וועט אלעס ווערן אפגעמעקט.


אוודאי און אוודאי זאלסטו זיך אריבער כאפן צום רבינ'ס ציון אין אומאן; דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דארט דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען זאלסטו זיך אריבערכאפן קיין אומאן, וואו דו זאלסט זאגן דעם תיקון הכללי און זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דורכדעם וועסטו זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן.


מאך זיך א שיעור אין משניות, און אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער אן פארשטיין. דאס וועט אראפ נעמען פון דיר אלע פלעקן און דו וועסט באקומען א נייע נשמה, אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל זאגט (טעמי המצוות, פרשת ואתחנן, עמ' צב) אז מִשְׁנָה איז די אותיות נְשָׁמָה.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג גמרא; דאס וועט אפמעקן פון דיר אלע דיינע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה, פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער: "אז איר נעמט אן צו לערנען די הייליגע תורה וועל איך נישט רעכענען אייערע עבירות, איך וועל קוקן אויף אייך כאילו איר האט קיינמאל נישט געזינדיגט פאר מיר".


אז דו וועסט דאס אלעס מקיים זיין קענסטו זיין זיכער מיט א קלארקייט אז דו האסט אלעס פארראכטן.