תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א בחור, א שטיק צייט צוריק בין איך דורך א שווערע תקופה, און ס'איז געווען דעמאלט עטליכע מענטשן וואס האבן מיר שטארק געהאלפן, ספעציעל עטליכע פון מיינע פעטערס, און יעצט וויל איך זיי ארויסווייזן עפעס אן הכרת הטוב, איך ווייס אבער נישט ווי אזוי דאס צו טון, ס'איז מיר זייער שווער זיי צו קוקן אין פנים ווייל דאס דערמאנט מיר פון די שווערע צייטן, און איך שעם זיך פון זיי.
ווי אזוי קען איך זיי ווייזן אן הכרת הטוב?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
הכרת הטוב איז די שענסטע מידה, ווידעראום זיין א כפוי טובה איז זייער א מיאוס'ע מידה. דערפאר האבן מיר די מצוה פון ביכורים, קומען צום בית המקדש מיט די ערשט געצייטיגטע פרוכט און דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע גוטע זאכן וואס ער טוט, אזוי ווי דער פסוק זאגט (דברים כו, ג): "וְאָמַרְתָּ אֵלָיו הִגַּדְתִּי הַיּוֹם", איך בין נישט קיין כפוי טובה (ספרי דברים, פיסקא רצט).
אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס ער געבט דיר וועט דיר זיין גרינג צו דאנקען די מענטשן וואס העלפן דיר.
ווען מען טראכט אריין זעט מען אז דער אייבערשטער איז דאך אזוי גוט צו אונז, ער געבט אונז נאר גוטס - דארפן מיר אים שטענדיג לויבן און דאנקען, נישט ווארטן עס זאל קומען שלעכטס. אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "ווען דער אייבערשטער הערט ווי א מענטש דאנקט אים און לויבט אים, זאגט ער פאר די מלאכים: 'קוקטס אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט', און פארקערט אויך, אז דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט נישט אויף זיך אפצורעדן זאגט דער אייבערשטער: 'איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט'"; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער גוטס קומט אויפ'ן מענטש.
אויב גוטס דערמאנט נישט דעם מענטש אז עס איז דא א באשעפער, דארף מען דערמאנען דעם מענטש מיט שלעכטס; דער ריי"צ זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "עס זענען פארהאן 'חסידים' און עס זענען פארהאן 'צרות חסידים'"; דאס הייסט עס זענען פארהאן חסידים וואס קומען שטענדיג צו זייער רבי, אויך ווען עס גייט זיי גוט; נאכדעם זענען דא חסידים וואס קומען צום רבי'ן ווען זיי האבן צרות, זיי רופט מען 'צרות חסידים', פלעגט ער זאגן: "ווען זיי וואלטן געקומען ווען עס גייט זיי גוט, וואלטן זיי געקענט איינשפארן די אלע צרות".
וואויל איז דעם וואס ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן שטענדיג, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו האבן נאר גוטס זיין גאנץ לעבן.