שאלה אין קורצן ענין
#12 - זאל איך שיקן א טייערע משלוח מנות פאר מיין בעל הבית?
סיפורי צדיקים, הכרת הטוב, פרנסה, פורים, משלוח מנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אין א ביזנעס וואו איך באקום שיין באצאלט ברוך ה', און מיין בעל הבית איז צופרידן פון מיין ארבעט, איך וויל וויסן אויב איך דארף אים זאגן אז איך בין צופרידן פון די ארבעט? למעשה איז ער נאר א שליח פונעם אייבערשטן וואס דורך אים שיקט ער מיר פרנסה, און אויך האב איך מורא אז אויב וועל איך אים צופיל באדאנקען וועט ער מיר ארויפלייגן מער און מער ארבעט און מיך צופיל אויסנוצן.


אויך וויל איך פרעגן אויב איך דארף אים שיקן א טייערע משלוח מנות. אויך וויל איך וויסן וואס צו טון אויב ער בעט מיר צו ערלעדיגן אין די ארבעט שעה'ן א זאך וואס איז נישט פאר די ביזנעס נאר פאר אים פריוואט, דארף איך עס טון, אדער קען איך אים זאגן אז וויבאלד עס איז נישט פאר די ביזנעס טו איך עס נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די שענסטע זאך איז די מידה פון הכרת הטוב, זיך באדאנקען און געדענקען די וואס זענען געווען גוטע שליחים פונעם אייבערשטן; ווייל די שענסטע מידה איז הכרת הטוב, און די עקלדיגסטע מידה איז זיין א כפוי טובה.


מוהרא"ש האט דערציילט אן אינטערעסאנטע מעשה, א מענטש איז געווען אונטערוועגנס און געהערט א געשריי, ער איז נאכגעגאנגען די קול פון די געשריי ביז ער איז אנגעקומען צו א גרוב, אויפן גרוב איז געלעגן א גרויסע שטיין אין אינעם גרוב איז געלעגן א וואלף. עס איז געווען א קליינע שפאלט און פון דארט האט דער וואלף ארויסגעשטעקט זיין קאפ און געוויינט און געשריגן מען זאל רחמנות האבן אויף אים און אים באפרייען, דער מענטש האט באקומען א רחמנות געפיל, ער האט געוואלט באפרייען דעם וואלף אבער ער האט מורא געהאט אז דער וואלף וועט אים פארציקן, דער וואלף האט אים צוגעזאגט און געשוואוירן מיט אלע סארט שבועות: "אויב דו וועסט מיך באפרייען וועל איך דיר גארנישט שלעכטס טון", דער מענטש האט שווער געארבעט אראפצונעמען דעם פעלזן שטיין און ער האט מצליח געווען צו באפרייען דעם וואלף.


עס גייט אריבער א מינוט און דער וואלף זאגט פאר דעם מענטש: "זאג וידוי ווייל ביז אפאר סעקונדעס ביסטו טויט, שוין אפאר טעג וואס איך האב נישט געגעסן און איך מוז דיך פארצוקן"; דער מענטש איז געווארן טויט דערשראקן, ער זאגט דעם וואלף: "איך פארשטיי נישט ווי אזוי דו קענסט דאס טון צו מיר, איך האב דיך געראטעוועט און דו האסט מיר צוגעזאגט און געשוואוירן אז דו גייסט מיר נישט שלעכטס טון!" ענטפערט אים דער וואלף: "אמת, איך האב דיר צוגעזאגט, אבער דאס איז אן ענין פון פיקוח נפש, און די הלכה איז אז פיקוח נפש איז דוחה כל התורה כולה, איך האב שוין נישט געגעסן פאר אפאר טעג, איך גיי דיך אויפעסן", דער מענטש טענה'ט ווייטער: "ווי קענסטו דאס טון?!" עס איז געגאנגען די טענות אהין און צוריק.


פלוצלונג זעט דער מענטש דעם לייב, דער קעניג פון די חיות. זאגט ער פארן וואלף: "לאמיר פרעגן דעם לייב", און דער וואלף איז מסכים. זיי לייגן פָאר זייערע טענות צום לייב, זאגט דער לייב: "איך וויל זען די מעשה ווי אזוי עס איז געווען, דער וואלף זאל צוריק גיין אין גרוב, מען זאל צוריק לייגן די שטיין, אזוי וועל איך קענען פסק'נען אן אמת'ע פסק דין".


מען האט אזוי געטון, דער וואלף איז צוריק אין גרוב, און מען האט צוריק געלייגט די שטיין, און דער לייב רופט זיך אן און זאגט פארן וואלף: "דו בלייב אין גרוב, און דו מענטש, פון יעצט און ווייטער זאלסטו נישט האבן צוטון מיט אזא איינעם וואס איז נישט מכיר טובה".


עס פעלט נישט אויס צו אויסגעבן געלט פאר טייערע משלוח מנות, אז דו ווילסט מכיר טובה זיין - זאלסטו געבן א פשוט'ע משלוח מנות און שרייבן א שיינע בריוו און זיך שטענדיג באדאנקען. עס איז אזוי שיין די מידה פון הכרת הטוב, די וואס האבן הכרת הטוב צו מענטשן - די האבן הכרת הטוב צום אייבערשטן, די דאנקען און לויבן שטענדיג דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - דעם רבינ'ס חיזוק האט מיר געהאלפן און געראטעוועט
אומאן, שלום בית, חסידות ברסלב, ראש השנה, הכרת הטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זיץ דא אין א שפיטאל מיט מיין ווייב, און איך שפיר אז איך מוז שוין יעצט נעמען די פענע אין די הענט זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


איידער איך שרייב מיינע ווערטער וויל איך קודם ארויסגעבן מיינע רגשי הלב וואס ליגן שוין לאנג ביי מיר אנגעלייגט אויפ'ן הארצן, איך האב שוין עטליכע מאל גענומען די פענע אין מיין האנט און לא אסתייעא מילתא. ערשטנ'ס דאנק איך דעם באשעפער אז איך האב די זכי' זיך צו לערנען אביסל פון רבי'ן, פון די עצות און הנהגות, נעמען די יסודות פאר'ן לעבן און שטייגן אין עבודת השם. ספעציעל וויל איך דאנקען פאר'ן גוטן שליח - דער ראש ישיבה שליט"א, איך לעב פון די שיעורים, מיין לעבן האט באקומען א תכלית, עס האט מיר געטוישט מיין לעבן - ברוחניות ובגשמיות, אין עניני קדושה און אזוי ווייטער אויף די טעגליכע לעבנ'ס שטייגער, תורה, תפילה, שלום בית, תשובה, מעביר סדרה זיין, מקפיד זיין אויף מנין, הכרת הטוב, רעדן שיין און איידל, מידות טובות, א ריכטיגע בליק אויף די קינדער סיי די אייגענע און סיי פרעמדע, עס איז נישטא די פאסיגע ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן און זיין שליח אויף דעם אלעס.


אויך וויל אביסל ארויסגעבן, אין קורצן, א קליין חלק פון מיינע הרגשים פון מיין זיין דעם פארגאנגענעם ראש השנה צום ערשטן מאל אין אומאן. טינט וועלן זיך ענדיגן און בלעטער וועט נישט זיין גענוג צו קענען ארויסגעבן וואס איך האב געשפירט און מיטגעהאלטן אין די קורצע 72 שעות וואס איך בין דארט געווען, אנגעהויבן מיט די אויפנעמען פון די חברים פון היכל הקודש, איך האב קיינעם כמעט נישט געקענט און מען האט מיר אויפגענומען מיט אזא גוטע געפיל, כאילו מען איז שוין חברים יארן לאנג, דערנאך די סליחות ערב ראש השנה, דאס דאווענען ערב ראש השנה, די שיעורים, אזא דערהויבנקייט, שוין אפגערעדט פון די תפילות ראש השנה אליין, די התעוררות און די ווארעמקייט, די נאנטשאפט צום אייבערשטן, אוי! א שאד אז ס'האט זיך געענדיגט, אזא אנגענעמקייט ביי די סעודות ראש השנה, ווער רעדט נאך פון די שיעורים ראש השנה פארנאכט, פערל ווערטער האבן זיך געגאסן עס איז געווען כמים קרים על נפש עיפה, צו האבן די ריכטיגע בליק אין יום טוב און אין לעבן, הלואי הלואי זאל איך זוכה זיין נאכאמאל איבער א יאר.


וואס איז בכלל מעגליך צו שרייבן אויף די פתיחות הלב און הרהורי תשובה וואס איך האב באקומען ביים ציון און ביי די התבודדות שפעטער. א שטארקע חיזוק איז מיר געווען די הכנה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פאר'ן ארויפגיין צום ציון פארטאגס, אז ס'איז גענוג צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי, ווייל ווען נישט וואלט איך שטארק צובראכן געווארן, און מיט די ווערטער האב איך זיך געקענט שטארקן.


אפשר איז נישט שיין פון מיר אז איך האב נישט געשריבן ביז יעצט, אבער ס'איז בעסער שפעט ווי קיינמאל, דעריבער וויל איך יעצט אפגעבן א ישר כח אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט, אויף אלע שיעורים און בריוון, וואס פון דעם נעם איך א שטיק חיות.


נאך איין נקודה וויל איך צולייגן, אז איך האב א מתנה פון הימל אז מיין ווייב שטייט מיט מיר מיט אלע שמועסן און זי הערט אויך צו די שיעורים, אזוי אז מיר זענען זיך מחזק צוזאמען.


און יעצט צו די נקודה וואס איך וויל שרייבן, היינט נאכמיטאג האט מיין ווייב מיר געקלונגען אז עס האט זיך געמאכט אן ערנסטע פראבלעם און מ'מוז שוין אפלאזן אלעס און אריינפארן אין שפיטאל. יישר כח אייבערשטער אויף די כוחות הנפש וואס ווערט אריינגעגאסן אין מיר כסדר, וואס א דאנק דעם האב איך זיך נישט פארלוירן, נאר די ערשטע זאך געדאנקט דעם אייבערשטן אויף ביז אהער און געבעטן אויף ווייטער, אודאי האבן מיר געוויינט צום באשעפער אז אלעס זאל זיין כשורה אבער מיר האבן געפילט אז איינער טראגט אונז און מיר זענען נישט אליין. נישט צופיל צייט האט גענומען און נאך א בדיקה האט מען געזען אז ס'איז דערנאך און זי האט פארלוירן, איך בין געווען זיכער אז איך גיי דארפן טרייסטן מיין ווייב און איך האב נישט געוואסט מיט וואס אנצוהויבן, למעשה האב איך גערעדט מיט איינע פון די געהילפן אין שפיטאל, ווען מיין ווייב איז נאך געווען אין צימער, און איך פרעג איר ווי אזוי מיין ווייב האט עס אנגענומען, ענטפערט זי מיר, "זי איז זייער שטארק, זי האט עס אנגענומען אזוי רואיג", און זי האט צוגעלייגט אז נישטא אסאך אזעלכע וואס זאלן זיין אזוי שטארק.


שפעטער ווען איך טרעף מיין ווייב זאגט זי מיר די ערשטע זאך נאכ'ן דערציילן די נישט גוטע בשורה, "די ערשטע זאך האב איך געזאגט מזמור לתודה". יישר כח אייבערשטער, איך בין גאר געווארן מחוזק, אזא רואיגקייט נאכ'ן זיך פלאגן שווער פאר עטליכע חדשים, און דאס מאל איז עס געווען ספעציעל שווער. מיין מח איז נישט מסוגל צו אויפכאפן די גאנצע הלוך ילך, פון וואו מען האט אזעלכע כוחות הנפש. נאר די כח פון רבי'ן, נאר די שיעורים פון ראש ישיבה, וואס ברענגט אריין אמונה שמחה און הודאה.


איך מיין אז יעדע ווארט מער איז איבעריג. דער באשעפער זאל העלפן מען זאל זיך קענען שטארקן אויף אלע שוועריקייטן און דער ראש ישיבה זאל ווייטער קענען איבערגעבן די תורת אמת פאר די קומענדיגע דור. איך בעט איבער אויב ס'איז נישט געשריבן קלאר, איך האב עס געשריבן דא אין שפיטאל, אן קיין סאך ישוב הדעת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר דיינע הרגשים פון דעם פארגאנגענעם ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן; מען קען נישט מסביר זיין וואס דאס איז ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן פאר איינעם וואס האט דאס נאכנישט טועם געווען, פון איין זייט - די התעוררות לתשובה, און פון די אנדערע זייט - א שטארקע שמחה.


וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו קומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה; ער וועט אלעס פאררעכטן און זוכה זיין צו א שטארקע אמונה. דער רבי געבט א קלארע אמונה, מען שפירט זיך שטענדיג ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, מען האט נישט מורא פון קיינעם, מען ווערט נישט פארלוירן ווען זאכן גייען אנדערש ווי מען וויל, ווייל מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס נאר עס זאל זיין גוט, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק, זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה.


זיי זיך מחזק אינאיינעם מיט דיין ווייב, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן; וועט איר זען גרויסע ניסים אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - יישר כח פאר אלע עצות, שיעורים, און דרשות
חסידות ברסלב, לימוד התורה, הכרת הטוב, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה', איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם וואס איך האב געענדיגט די צענטע מאל ששה סדרי משנה, און אויך גמרא מסכת יבמות וואס איך לערן על סדר הש"ס, איך האב נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מיר געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


יעדעס מאל וואס דער יצר הרע קומט צו מיר מיט זיינע טענות, פארוואס איך בין משוגע געווארן, פארוואס איך האב זיך אנגעהויבן זוכן נייע וועגן, געב איך נאכאמאל א קוק איבער ווי אזוי איך האב אויסגעזען פארדעם, איך בין טאקע געגאנגען יעדע נאכט צו א שיעור, וואס דער מגיד שיעור דארט האט באמת פלייסיג געזאגט דעם שיעור, אבער מיט מיר האט עס גארנישט געהאט. און יעצט ברוך ה' גייט נישט אריבער א טאג אן משניות, גמרא, ברייתא, חומש רש"י, מדרש, ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, אוצר האמונה, עצתו אמונה, תהילים, שוחן ערוך מחבר רמ"א. און איך בין נאך אויך ברוך ה' פארנומען מיט מיינע טייערע קינדער בלע"ה, איך ארבעט אין א חדר, און נאכאלץ קומט אן זייער פיל.


יישר כח פאר אלע עצות, שיעורים, און דרשות, דאס איז ממש לופט צו אטעמען, דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל ווייטער קענען מרביץ תורה זיין אן קיין שטערונגען מיט אסאך הצלחה און נחת מיט אלעס גוטס.


נ. ב. איך שרייב דעם בריוו זיך צו באדאנקען, נישט אלס א שאלה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי די ערשטע מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה א) ווי מען האט אפגערעדט דעם שני למלכות, ווען דער ווילדער מענטש איז געקומען צום שני למלכות און אים אפגערעדט, ער האט אים געזאגט: "מען האט דיר איינגערעדט א נארישקייט", און אים געשיקט צו זיין ברודער וואס איז ממונה אויף די עופות, יענער ברודער האט אים אויך אפגערעדט און געזאגט: "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט", און אים געשיקט צו זיין ברודער, דער וואס איז ממונה אויף די ווינטן; אלע גרויסע ווילדע מענטשן האבן אפגעלאכט פון דעם שני למלכות.


זאגט דער רבי, דער שני למלכות האט זייער געוויינט און האט פאר אלעמען געענטפערט דעם זעלבן לשון: "עס איז בוודאי יא דא!" זיי האבן אים געזאגט: "מען האט דיר איינגערעדט א נארישקייט", און ער זאגט זיי דעם לשון: "עס איז בודאי יא דא!" זאגט מוהרא"ש, די ראשי תיבות פון די ווערטער: "ב'ודאי י'א ד'א" איז "בְּיַד", אין מיין האנט; קוק וואס איך האב אין מיינע הענט.


די ווילדע מענטשן, די מתנגדים מאכן חוזק: 'עס איז נישט קיין גוטע פלאץ', זיי שפעטן פון די עצות וואס מיר הערן פון רבי'ן; וואס איז די עצה נישט צו ווערן צעפאלן? איך קוק אין מיין האנט! וואס האב איך אין האנט? איך זע וואס דער צדיק געבט מיר; דער רבי געבט מיר לערנען תורה, איך האב שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, איך ענדיג יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, איך האב א שיעור אין משניות, איך זאג פרקים משניות; איך האב שוין מסיים געווען עטליכע מאל ששה סדרי משנה. אזוי אויך מיט גמרא, און אזוי ווייטער. איך קוק אין מיין האנט, איך זע וואס איך האב אין האנט, איך דאווען, איך בין זיך מתבודד, איך לעב שיין מיט מיין ווייב, איך בין מחנך מיינע קינדער, איך האב פולע אוצרות אין מיין האנט.


דאס איז געווען די שטארקייט פונעם שני למלכות, ער האט אלץ געקוקט אין זיין האנט, 'וואס באקום איך ביים צדיק?' און דאס איז די שטארקייט פון תלמידי היכל הקודש. ווען עס קומען מתנגדים, סיי מתנגדים אין די לבוש פון א מענטש, סיי מתנגדים אין מח מחשבה, די אלע סארט בלבולים וואס קומען אריין אין פרישע מקורבים: 'בין איך יא אין א גוטע פלאץ? בין איך אין א משוגע'נע פלאץ? מען האט יא געהאלטן פון די פלאץ? מען האט נישט געהאלטן פון די פלאץ?' - איז די וויכטיגסטע זאך צו קוקן: 'וואס האב איך אין מיין האנט?'


אזוי ווי בגשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, ער קוקט שטענדיג אויב ער איז מרויח; קיינער ארבעט נישט בחינם, קיינער וועט נישט ארבעטן אין א פלאץ וואס מען צאלט נישט, קיינער וועט נישט ארבעטן אויב מען איז נישט מרוויח גוטע רווחים; אזוי, און נאך מער - איז ברוחניות. אז איך דריי זיך אין א פלאץ, איך האב געטראפן א רבי, א מורה דרך, אן ערליכער איד, א חבורה - דארף איך שטענדיג קוקן אויב איך בין מרוויח; אויב בין איך מרוויח, איך לערן, איך דאווען, איך באקום שלום בית. אויב מען האט יא געהאלטן פון דעם פלאץ אדער נישט - דאס גייט מיר שוין נישט אן, איך קוק "בְּיַד" - אין מיין האנט.


גיי ווייטער אן מיט דיינע שיעורים כסדרן; לערן משניות נאכאמאל און נאכאמאל אן אן ענדע, און לערן ווייטער ש"ס כסדרן, הלכה, און דעם רבינ'ס ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ס'איז מיר שווער מכיר טובה צו זיין, וואס טו איך?
הכרת הטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, א שטיק צייט צוריק בין איך דורך א שווערע תקופה, און ס'איז געווען דעמאלט עטליכע מענטשן וואס האבן מיר שטארק געהאלפן, ספעציעל עטליכע פון מיינע פעטערס, און יעצט וויל איך זיי ארויסווייזן עפעס אן הכרת הטוב, איך ווייס אבער נישט ווי אזוי דאס צו טון, ס'איז מיר זייער שווער זיי צו קוקן אין פנים ווייל דאס דערמאנט מיר פון די שווערע צייטן, און איך שעם זיך פון זיי.


ווי אזוי קען איך זיי ווייזן אן הכרת הטוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הכרת הטוב איז די שענסטע מידה, ווידעראום זיין א כפוי טובה איז זייער א מיאוס'ע מידה. דערפאר האבן מיר די מצוה פון ביכורים, קומען צום בית המקדש מיט די ערשט געצייטיגטע פרוכט און דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע גוטע זאכן וואס ער טוט, אזוי ווי דער פסוק זאגט (דברים כו, ג): "וְאָמַרְתָּ אֵלָיו הִגַּדְתִּי הַיּוֹם", איך בין נישט קיין כפוי טובה (ספרי דברים, פיסקא רצט).


אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס ער געבט דיר וועט דיר זיין גרינג צו דאנקען די מענטשן וואס העלפן דיר.


ווען מען טראכט אריין זעט מען אז דער אייבערשטער איז דאך אזוי גוט צו אונז, ער געבט אונז נאר גוטס - דארפן מיר אים שטענדיג לויבן און דאנקען, נישט ווארטן עס זאל קומען שלעכטס. אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "ווען דער אייבערשטער הערט ווי א מענטש דאנקט אים און לויבט אים, זאגט ער פאר די מלאכים: 'קוקטס אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט', און פארקערט אויך, אז דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט נישט אויף זיך אפצורעדן זאגט דער אייבערשטער: 'איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט'"; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער גוטס קומט אויפ'ן מענטש.


אויב גוטס דערמאנט נישט דעם מענטש אז עס איז דא א באשעפער, דארף מען דערמאנען דעם מענטש מיט שלעכטס; דער ריי"צ זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "עס זענען פארהאן 'חסידים' און עס זענען פארהאן 'צרות חסידים'"; דאס הייסט עס זענען פארהאן חסידים וואס קומען שטענדיג צו זייער רבי, אויך ווען עס גייט זיי גוט; נאכדעם זענען דא חסידים וואס קומען צום רבי'ן ווען זיי האבן צרות, זיי רופט מען 'צרות חסידים', פלעגט ער זאגן: "ווען זיי וואלטן געקומען ווען עס גייט זיי גוט, וואלטן זיי געקענט איינשפארן די אלע צרות".


וואויל איז דעם וואס ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן שטענדיג, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו האבן נאר גוטס זיין גאנץ לעבן.

#8 - ווי אזוי קען איך זיך באדאנקען פאר די הערליכע לעבן וואס כ'האב באקומען?
לימוד התורה, הכרת הטוב, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען אויף די געוואלדיגע שיעורים וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן אין אלע הינזיכטן, זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, מיט בערך א האלב יאר צוריק, האט זיך מיין גאנצע לעבן געטוישט צום גוטן, איך האב פשוט אנגעהויבן לעבן.


ספעציעל דארף איך זיך באדאנקען פאר די וואונדערליכע סדר דרך הלימוד. אלס בחור אין ישיבה גדולה האב איך ליידער כמעט נישט געעפנט קיין גמרא, נאך די חתונה האב איך פרובירט צו מאכן א שיעור מיט א חברותא יעדע נאכט, אבער ס'איז אלץ געווען פארשידענע סיבות און שטערונגען אז מיר האבן נישט געקענט לערנען געהעריגע, זייט דעמאלט האב איך שוין אנגעהויבן 6 מסכתות, אבער קיין איינס האב איך נישט זוכה געווען צו ענדיגן.


ביז ווען דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און איך האב געטראפן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך האב מחליט געווען צו פאלגן, און דעם שבת גייט איך אי"ה פראווען א גרויסע סיום אויף מסכת ברכות!


איך בין שוין 24 יאר אלט, און דאס איז די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך ענדיג א מסכתא פון דעקל צו דעקל. אין צוגאב צו דעם וואס איך בין זאג תהלים יעדן טאג, און איך בין מעביר סדרה. לעצטנס האב איך געטראפן א מפיץ וואס האט מיר געגעבן אויך ספרים און קונטרסים, און איך בין זיך ממש מחי'.


איך קען נישט גענוג זיך באדאנקען אויף די שיינע זיסע לעבן וואס איך האב באקומען פון אייך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יישר כח פאר דעם שיינעם בריוו וכו'.


וויסן זאלסטו אז דער דרך הלימוד איז נישט מיין דרך הלימוד, דאס איז פון הייליגן רבי'ן; דער יישר כח קומט זיך פאר'ן רבי'ן און באזונדער פאר מוהרא"ש וואס האט דאס אנטפלעקט פאר די וועלט.


ווער עס הייבט אן צו לערנען אויף דעם וועג עפנט זיך אויף פאר אים א נייע וועלט; מען זעט אז עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צו לערנען און צו ענדיגן די גאנצע תורה. אפילו מען פארשטייט נישט אין אנהייב וואס מען לערנט לערנט מען ווייטער אן פארשטיין ביז מען איז זוכה צו פארשטיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין, מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל מען לערנען צו פארשטיין, ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


עס איז נישט שייך צו פארשטיין דעם דרך הלימוד, מען דארף עס אויספרובירן; אז מען פרובירט דאס אויס איז ממש מחי' נפשות. מען הייבט אן לערנען און מען שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט אויף דער וועלט, ווייל געווענליך ווען מען לערנט וויל מען פארשטיין און אז מען פארשטייט נישט ווערט מען צעבראכן און מען הערט אויף לערנען, דעריבער האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען. זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט, אנדערש איז ווען דער מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי קען איך צוריק צאלן פאר'ן ראש ישיבה פאר די שיינע שיעורים?
הכרת הטוב, הפצה, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיעורים, מיין פרנסה האט זיך פארבעסערט, מיין שלום בית איז בעסער געווארן, און מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט א דאנק די שיעורים.


איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען צוריק צאלן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די שיינע שיעורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן אדאנק דעם הייליגן רבי'ן, דארפסטו דאס פארשפרייטן פאר נאך מענטשן - זיי זאלן אויך קענען האבן פון די גוטע לעבן.


עס איז נישט שייך צו באצאלן פאר'ן רבי'ן; דער רבי האט זיך מוסר נפש געווען און אלעס אוועק געגעבן אז מיר זאלן קענען זיין ערליכע אידן און אזוי אויך די הייליגע תלמידים, רבי נתן האט זיך מוסר נפש געווען אונז איבער צו געבן דעם רבינ'ס וועג, מען האט אים גע'רודפ'ט, אלע האבן געקריגט אויף אים, אלע האבן גערעדט אויף אים, מען האט איינגעשפארט אין תפיסה - דאך האט ער זיך נישט אפגעשטעלט פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן.


אזוי אויך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אלעס אוועק געגעבן פאר אונז, ער האט נישט געהאט קיין איין גוטע טאג אין זיין לעבן נאר צוליב דעם אז מיר זאלן וויסן ווי אזוי מען קען לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיר זאלן וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, מיר זאלן האבן א וועג צו לערנען די הייליגע תורה; ווי איז שייך צו באצאלן? אז מען באקומט לעבן איז נישט שייך צו באצאלן, מיר קענען נאר איין זאך טון: "ווייטער גיין אין די וועגן, ווייטער פארשפרייטן די ליכטיגקייט פאר אנדערע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי קענען מיר זיך באדאנקען פאר די חיזוק אין די שווערע צייטן?
התחזקות, רפואה, קינדער, הכרת הטוב, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט מרת ... בשם מיין מאן שיחי'. פאר א יאר צוריק האבן מיר געשריבן א בריוו, אנגעזאפט מיט טרערן, וואס וועט זיין?! שוין אפאר חדשים פון די חתונה און עס הערט זיך נאך נישט קיין נייעס, דער ראש ישיבה האט אונז אזוי שיין מחזק געווען, געשטארקט אויף תפילה, צדקה און אמונה.


יעצט, יישר כח אייבערשטער, וויל איך מבשר זיין אז עס הערט זיך שוין א גוטע בשורה.


די בריוו פון דער ראש ישיבה ליגט אונטער מיין קישן, און די ווערטער "איר וועט נאך האבן א שיינע שטוב מיט קינדער", האבן מיר געגעבן די חיזוק אין די מינוטן וואס די אמונה האט זיך פארלאשן. יישר כח.


מיר בעטן כסדר אז דער אייבערשטער זאל געבן כח און געזונט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט. נישטא קיין ווערטער צו דאנקען.


יישר כח


משפחת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די ניסים און חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטן אויף ווייטער, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער זעט מען ניסים אין לעבן.


יעצט אין די חדשים וואס מען ווארט אויף קינדער איז כדאי צו זאגן די נעמען פון די צדיקים. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט פאר אלע פרויען וואס ווארטן אויף קינדער, זאלן זאגן שמות הצדיקים. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; מען זאגט נעמען פון צדיקים וואס מען קען פון אויסנווייניג: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן די תפילה אז בזכות די הייליגע צדיקים זאלן מען זוכה זיין צו האבן א געזונט קינד, אלעס זאל גיין גרינג און אין די ריכטיגע צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5 - זאל איך בארגן געלט אז מיין ווייב זאל קענען האבן א רוימערקע?
חובות, שלום בית, הכרת הטוב, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט און איך קען אפילו נישט אנהויבן צו דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף די שיינע לעבן וואס איך האב באקומען פון די שיעורים און די בריוו, אז איך בין זוכה צו לערנען תורה יעדן טאג, אז איך בין געווארן א רואיגער און פרייליכער מענטש, מיין גאנצער בליק אויפ'ן לעבן האט זיך געטוישט מקצה אל הקצה, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט א תכלית אויף דער וועלט, אריינצוכאפן תורה ומצוות און מעשים טובים, עס גייט מיר נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט טראכטן כאטש אפאר מאל אז איך גיי נישט בלייבן דא אויף אייביג, ממילא לאמיך אריינכאפן גוטע זאכן, אמאל פלעג איך ציטערן נאר פון טראכטן פון דעם, די סעודות שבת קודש איז געווארן די געשמאקסטע זאך ביי אונז אין שטוב, די שלום בית איז געווארן גאר אנדערש, און אזוי ווייטער און ווייטער, עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע מתנות וואס איך האב באקומען פון ראש ישיבה שליט"א, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט, און האבן די כוחות ממשיך צו זיין אויפצולייכטן אלע אידישע שטיבער.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט איבער די הארבקייט פון האבן חובות, איך בין ברוך ה' א מענטש וואס בטבע בארג איך נישט קיין געלט פון קיינעם, אבער פון די אנדערע זייט איז אונז זייער וויכטיג צו נעמען א רוימערקע אין שטוב, כאטש איינמאל א וואך, ארויסצוהעלפן מיין ווייב מיט די ארבעט, עס קומט מיר אן זייער שווער עס צו צאלן, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז איך וועל טון די ארבעט אנשטאט די רוימערקע, אבער מיין ווייב וויל נישט, זי זאגט אז עס פאסט נישט איך זאל עס טון, ממילא האב איך געדארפט בארגן געלט די לעצטע צוויי וואכן פאר דעם, איך האב עס שוין באצאלט ברוך ה', אבער איך וויל וויסן אויף ווייטער אויב ס'איז ריכטיג צו בארגן געלט פאר דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי און אודאי זאל דיין ווייב נעמען א רוימערקע, און אז דו האסט נישט קיין געלט, מעגסטו בארגן - אזוי וועסטו האבן עשירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", זייט מכבד אייער ווייב וועט איר ווערן רייך; אז מען איז מכבד די ווייב - דאס ברענגט שפע אין שטוב, און אויך אז מען מאכט איר פרייליך, מען געבט איר גוטע ווערטער - דאס ברענגט השראת השכינה אין שטוב, נאכדעם האט מען שוין אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי קען איך באצאלן פאר'ן מיך מאכן ערליך און וואויל?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, הכרת הטוב, מוהרא"ש, עצתו אמונה, שערן די האר, נעגל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן איבער שמירן די נעגל און שערן די האר, און איך בין געווארן זייער איבערגענומען דערפון, ווען איך האב זיך געכאפט אז מיר איז עס יעצט שוין א פשוטע זאך.


איך האב זיך דערמאנט ווי נישט לאנג צוריק האב איך יעדע וואך געמאכט די נעגל, דאס איז געווען א 'מוז' יעדע איינציגסטע וואך, די לעצטע מאל וואס איך האב דאס געטון איז געווען פאר די שבת התוועדות.


איך דערמאן זיך אויך ווען איך בין נאך געווען א "באם", פלעגט מיין משפחה חוזק מאכן פון מיר אז אפשר איין טאג וועל איך זיך נאך שערן די האר, און איך האב זיי געזאגט אז דאס וועט זיכער קיינמאל נישט פאסירן.


יעצט זע איך די כח פון א צדיק, וואס א צדיק קען מאכן פון א מענטש, אז היינט טו איך עס שוין, און נישט סתם, נאר מיט שמחה און צופרידנהייט.


איך האב נאר איין שאלה צו פרעגן, וואס קען איך צוריק געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, פאר'ן זיך מוסר נפש זיין פאר אונז? איך ווייס אז עס נישטא אין די גאנצע וועלט עפעס וואס אפילו אנהויבן צו באצאלן, אבער אפשר דאך עפעס א טראפעלע ארויסצואווייזן הכרת הטוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז אייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן פון ווען איר האט זיך דערוויסט פון הייליגן רבי'ן; זייט איר הערט די שמועסן פון רבי'ן - האט איר אנגעהויבן גיין אין די גוטע וועג, אזוי ווי דער רבי האט פאראויס געזאגט, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק - קען מען זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; דעם רבינ'ס ספרים האבן א שטארקע כח, עס שלעפט דעם מענטש צו דינען דעם אייבערשטן.


מענטשן רעדן אויף ברסלב אז דאס איז א פלאץ צו טון וואס מען וויל, מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור, דער רבי האט שוין פאראויס געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל", אויף מיר קריגט מען נישט, "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַה מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף דעם מענטש קריג איך אויך; אזוי איז היינט מיט ברסלב'ער חסידים בכלליות און תלמידי היכל הקודש בפרטיות; מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור, זאכן וואס איז נישט אמת.


ווער עס לערנט די נייע ספרים עצתו אמונה, איש אמונות און הערט זיך צו צו די שיעורים - ווערט אן ערליכער איד, מען באקומט א געפיל אין אידישקייט, א געפיל צו איידלקייט. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט ווען געטראפן אן אוצר - וואלט איר דאך זיכער אהין געלאפן און געגראבן צו זוכן ווי מער מען קען נעמען פונעם אוצר, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, נאר איר וואלט אריינגעקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיר נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?! וְשָׁאֲלוּ אוֹתוֹ: "אֵיךְ אֶפְשָׁר לְקַבֵּל", האט איינער געפרעגט דעם רבי'ן, ווי אזוי נעמט מען פון דעם אוצר? וְהֵשִׁיב: "עִם הַפֶּה וְהַלֵּב צְרִיכִין לַחְתֹּר וּלְבַקֵּשׁ, 'מיט'ן פיסק און מיט'ן הארץ', בְּפִיךָ וּבִלְבָבְךָ לַעֲשׂוֹתוֹ".


מוהרא"ש פלעגט זאגן אין יבנאל פאר די פרויען, ווער עס וויל אים צוריק טון גוטס זאל זיך פירן בצניעות. ווען פרויען פלעגן דערציילן אז זיי שערן זיך די האר פלעגט מוהרא"ש באקומען א שטיק לעבן, ווען מוהרא"ש האט געהערט א משפחה פירט זיך איידל האט ער אויפגעלעבט; מיט דעם וועט איר צוריק צאלן גוטס, אז איר וועט זיך פירן איידל און אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3 - מעג מען קוקן אויף א שוועגערין?
הלכה, צניעות, קדושה, מאוויס, הכרת הטוב, דרשות, סמארטפאון, בחור, תודה והודאה, עצתו אמונה, ראש ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט ווי אנצוהויבן מיין בריוו, איך האב אבער געשפירט אז איך מוז שרייבן.


איך לערן אין איינע פון די בעסטע חסידישע ישיבות, אין מיינע ערשטע יארן אין ישיבה בין איך געווען א גוטער בחור, איך האב אלץ געוואלט זיין גוט און איך האב זיך טאקע געפירט וואויל און ערליך, אבער דער יצר הרע האט נישט מוותר געווען אויף מיר, און ליידער ווען איך בין אריין אין ישיבה גדולה בין איך איינמאל אריינגעגאנגען צו עפעס א געשעפט פון א חסידישן איד, ער האט אויסגעזען ווי אן ערליכער איד, און איך בין אריין דארט אין זיין אפיס, און דארט אויף זיין קאמפיוטער האב איך געזען נישט איידעלע בילדער, און דער יצר הרע האט זיך אנגעצינדען אין מיר און איך האב עס שוין נישט געקענט פארלעשן.


איך האב אנגעהויבן זיצן ביי אים אין אפיס פאר לאנגע שעות, פארברענט מיין נשמה איינמאל און נאכאמאל, און איך בין געזינקען טיפער און טיפער אין שאול תחתית. טיף אין הארץ האט מיר וויי געטון פארוואס איך טו דאס, איך האב אבער נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך אפצורייסן דערפון. גלייכצייטיג אין די זעלבע צייט האב איך ווייטער געלערנט אין ישיבה, און פון אינדרויסן האב איך אויסגעזען ווי א געהעריגער ישיבה בחור מיט אלע מפורשים, אריינגערעכנט אלע השגות אין חסידות.


אין בין אנגעקומען צו אזא שלעכטער מצב אז איך האב שוין נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיך, צוביסלעך איז מיין מח געווארן מער און מער פארשטאפט, איך האב שוין נישט געקענט לערנען, טראץ מיין גוט קעפל. דער יצר הרע האט אבער פארמאכט מיינע אויגן, און ס'איז מיר נישט בייגעפאלן צו גיין זיך אויסרעדן צו איינעם דערוועגן, צו גיין בעטן הילף, אויסער דעם וואס איך האב זיך זייער געשעמט צו רעדן צו איינעם אין ישיבה איבער מיין מצב, און פארשטייט זיך אז אויב וואלט איינער פון די משגיחים אין ישיבה געוואויר געווארן וואס איך טו, וואלט איך געפלויגן פון דארט אין די זעלבע סעקונדע.


אין מיין גרויסער דמיון האב איך נאך געהאלטן אז איך בין א גוטער בחור אין ישיבה, באהאלטענערהייט האב איך זיך געקויפט א קליינעם סמארטפאון, און פון דעם האב איך זיך שוין בכלל נישט געקענט אפרייסן, איך בין געזעסן באהאלטענערהייט פאר פילע לאנגע שעות, און געקוקט די ערגסטע סארט זאכן וואס איז נאר פארהאן אויף דער וועלט, אבער אין די זעלבע צייט האב איך זיכער געמאכט אז מ'זאל מיר זען כסדר אין ישיבה, אז קיינער זאל מיר נישט חושד זיין מיט עפעס שלעכטס.


פאר א לאנגע צייט בין איך געווען אזוי שטארק פארזינקען אין די נארישקייטן און עבירות, אז פון יענע פאר יאר געדענק איך אפילו נישט וואס ס'איז געווען דעמאלט, מועדים וזמנים, פארשידענע געשעענישן, איך געדענק  גארנישט. איך בין אנגעקומען צו א מצב אז איך האב נישט געדאווענט שחרית מנחה מעריב, איך האב נאר מקפיד געווען צו לייגן תפלין יעדן טאג און זאגן קריאת שמע, דאס איז מיר געליגן איינגעבאקן אין די בלוט פון מיין טאטע, אז עס איז נישטא אזא זאך ס'זאל אריבערגיין א טאג אן לייגן תפלין, נישט צו זיין א 'קרקפתא דלא מנח תפילין'.


איין טאג איז מיר אויסגעקומען צו הערן איבער'ן ראש ישיבה שליט"א, און כאטש וואס איך האב געהערט אסאך לשון הרע אויף ברסלב, האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף מיר, און איך האב באקומען א שעצונג אין הארץ פאר'ן ראש ישיבה, איך האב געהערט איבער די חיזוק יומי און די איבריגע פעולות, און איך האב דאס זייער געשעצט.


איך האב זיך אבער נאכנישט אויפגעוועקט דעמאלט פון מיין שלאף, איך בין ווייטער געליגן אין אלע ביטערע שלעכטע זאכן, כאטש וואס קיינער ארום מיר האט נישט חושד געווען אז עפעס גייט פאר מיט מיר, איך האב גוטע כשרונות ברוך ה', און איך האב גוט געוואוסט ווי אזוי ארומצודרייען מיט יעדן, איך האב א גוטן זכרון און איך האב געקענט אלע פארהערן און בחינות און אזוי ווייטער, כאטש וואס צוויי מינוט נאכדעם איז מיר אלעס ארויסגעפלויגן פון קאפ, איך האב אלעס פארגעסן.


איין נאכט, נאך אסאך שעות קוקן אלע סארט שלעכטע זאכן רחמנא ליצלן, איז מיר פלוצלינג ארויפגעטאנצן א "חיזוק יומי" פונעם ראש ישיבה שליט"א, דער קעפל האט זיך געליינט "נישטא קיין ברירה, מען מוז רעדן וועגן דעם", איך ווייס נישט וואס האט מיר דעמאלט באטראפן, אבער דער אייבערשטער מיט זיין גרויס רחמנות האט מיר געגעבן א מתנת חנם אז איך האב געדרוקט אויף דעם, און דאן האט זיך געעפנט מיין טיר צום גן עדן! איך האב געהערט דעם חיזוק יומי, איך האב זייער הנאה געהאט, און איך האב אנגעהויבן זוכן נאך פון די סארט "חיזוק יומי", איך האב געהערט נאך און נאך פאר לאנגע שעות, דאס איז געווען ווי אן אטאם באמבע פאר מיין מח, און אזוי האב איך געהערט און געהערט ביז ווען די באטערי איז אויסגעלאפן, איך האב אפילו נישט געכאפט אז די באטערי ווערט שוואכער.


איך האב פארמאכט דעם טעלעפאן, און איך בין געגאנגען אין שול זוכן א מנין מעריב. די מח האט זיך מיר געדרייט און איך בין נישט געווען ביי זיך, איך האב אנגעהויבן דאווענען מערב ווארט ביי ווארט, נאך גאר א לאנגע צייט וואס איך האב בכלל נישט געדאווענט, ס'איז מיר נישט געווען גרינג, פשוט ווייל איך בין שוין לאנג געווען אפגעוואוינט פון זאגן די ווערטער, איך האב אריינגעקוקט אין סידור נישט צו ווערן צעמישט.


נאך מעריב האב איך ארויסגענומען די סים קארטל פונעם טעלעפאן און עס צעבראכן, און דאן האט זיך אנגעהויבן א לאנגע תקופה פון קויפן סים קארטלעך און עס צעברעכן. איך בין ווייטער דורכגעפאלן אין קוקן שלעכטע זאכן, און גלייך נאכדעם האב איך געהערט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, ס'איז געווען ממש 'אור וחושך משתמשים בערבוביא', אויסגעמישט גוטס מיט שלעכטס אויף איינמאל.


צוביסלעך צוביסלעך האב איך אנגעהויבן רעדן צו אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר ארויסנעמען פון די טיפע בלאטע און טומאה אין וואס איך ליג, איך בין געגאנגען צו קברי צדיקים און אסאך געשריגן צום אייבערשטן ער זאל זיך שוין דערבארעמען אויף מיר.


איך קען שרייבן א גאנצער בוך פון אלעס וואס איז אויף מיר אריבערגעגאנגען, איך וויל אבער נישט מאריך זיין אזוי סאך. נאך א לאנגע תקופה האב איך צוריק אנגעהויבן דאווענען ווי א איד דריי מאל א טאג, איך האב אנגעהויבן צוריק לערנען תורה, נאך א לאנגע צייט וואס איך האב נישט געעפנט קיין אידיש ספר, איך האב אנגעהויבן מיט משניות און געגאנגען ווייטער צו גמרא, מעביר סדרה זיין, נ"ך, זוהר, און נאך פילע שיעורים, צוביסלעך האב איך געשפירט ווי מיין מח הויבט זיך אן ערוועקן, איך קען שוין אנהויבן פארשטיין א דבר שבקדושה, איך האב אנגעהויבן גיין אויפ'ן וועג צו זיין אן ערליכער איד. קיינער האט נישט מיטגעהאלטן מיין שווערע און לאנגע רייזע, די שווערע בערג און טאלן אויף וואס אין האב געקלעטערט פאר אזוי לאנג, אבער דער אייבערשטער ווייסט יא און זעט אלעס, און ער האט זיכער אלעס מיטגעהאלטן.


מיינע הענט ציטערן ביים שרייבן דעם בריוו, מיינע אויגן גיסן יעצט טרערן, איך וויש זיך די אויגן איינמאל און נאכאמאל, פשוט אז איך זאל קענען זען וואס איך שרייב. היינט קען איך דאנקען דעם אייבערשטן, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, איך האב געענדיגט צום ערשטן מאל גאנץ ששה סדרי משנה, שוין א לאנגע צייט וואס איך ריר נישט אן קיין סמארטפאון און איך קוק נישט קיין מאוויס, איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ליין די "עצתו אמונה" און איך בין זיך מחי' דערמיט.


איך האב קיינמאל נישט געגלויבט אז איך וועל קענען ארויסקריכן פון די שווערע טומאה, מיין הארץ קלאפט יעצט אזוי ווי איך וואלט געלאפן עטליכע מייל, איך בין איבערגעפילט מיט רוישיגע געפילן, איך ווייס נישט וואס צו טון מיט זיך, איך וויל ארויסגיין שרייען אין די גאסן, "טייערע ברידער, ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! מיר האבן א טאטע וואס האט אונז ליב! ס'איז קיינמאל צו שפעט! ס'איז קיינמאל עק וועלט! מ'קען אלץ תשובה טון!", איך קען ממש נישט אויפהערן וויינען פון התרגשות.


איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אלע גוטס וואס ער האט געטון מיט מיר מיין גאנץ לעבן, און ספעציעל פאר די געוואלדיגע ליכטיגקייט וואס ער האט מיר געשיקט אין פארעם פונעם ראש ישיבה שליט"א. איך ווייס נישט ווי אזוי קען זיך גענוג באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע וואס איך האב באקומען פון אים.


איך האב זיך גענומען די מיה צו שרייבן דעם בריוו פאר פיר סיבות; צום ערשט פשוט צו זאגן "א גרויסן יישר כח", איך ווייס נישט אויב ס'איז בכלל דא די ווערטער צו קענען אויסדרוקן די דאנקבארקייט וואס מיין הארץ וויל ארויסשרייען, יישר כח יישר כח יישר כח און נאכאמאל יישר כח.


צווייטנס, וויל איך דער ראש ישיבה שליט"א זאל וויסן ווי ווייט זיינע כוחות גייען, איך בין זיכער נישט דער ערשטער און אויך נישט דער לעצטער, אבער איך בין איין רינגעלע אין די לאנגע קייט פון אידישע קינדער וואס קומען צוריק צום אייבערשטן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א.


דריטנס, ווי ווייט מען דארף אנווארענען בחורים זיך נישט צו לאזן אריינכאפן אין נעץ, זיי זאלן נישט כאפן קיין התפעלות פון קיינעם, אפילו אויב יענער זעט אויס ווי אן ערליכער איד, אויב קען יענעם נישט טאר מען גיין מיט אים און זיכער נישט אריינגיין אין זיין אפיס. ליידער האט זיך מיין נפילה אזוי אנגעהויבן, און דאס האט פארברענט אסאך יארן פון מיין לעבן, און איך פרוביר נאך מיט אסאך תפלות און טרערן צו פאררעכטן די שאדן וואס דאס האט געמאכט אויף מיין נשמה. איך האב טאקע נישט באקומען קיין חינוך אויף דעם, אפשר ווען איך וואלט מער געהערט ווי ווייט מען דארף זיך אכטונג געבן פון פרעמדע מענטשן, וואלט איך נישט געווארן אריינגעשלעפט, אדער וואלט איך כאטש געגאנגען צו איינעם זיך דורכרעדן און פרעגן וואס צו טון.


די פערטע סיבה פארוואס איך שרייב דאס איז צו פרעגן וואס איך קען טון ארויסצואווייזן מיין הכרת הטוב, כאטש איין פינטעלע, אויף דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון מיט מיר? און וואס קען איך טון זיך אנצוהאלטן שטארק אין דעם הייליגן פלאץ און קיינמאל זיך נישט אוועקרירן פון דא?


אגב וויל איך פרעגן איך פרעגן אן הלכה שאלה, אויב מ'מעג קוקן אויף א שוועגערין, איינער האט מיר פארדרייט דעם קאפ אז מ'מעג, ס'איז אזוי ווי ביי א מאמע אדער שוועסטער.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר מיין לעבן ברוחניות ובגשמיות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערשט יעצט געהאט די מעגליכקייט צו עפענען דיין בריוו און דאס ליינען.


וואס זאל איך דיר זאגן, האסט מיר אזוי מחי' געווען; איי וועסטו פרעגן 'דער ראש ישיבה דארף חיזוק? דער ראש ישיבה איז דאך יעדן איינעם מחזק?!' אבער אסאך מאל בין איך אזוי מסופק אויב איך זאל ווייטער רעדן די דרשות אדער אפהערן רעדן, זאל איך ווייטער שרייבן בריוו אדער אפלאזן דאס שרייבן; יעצט ליין איך דיין בריוו בין איך זייער פרייליך אז דורך די שיעורים ביסטו ארויס פון שאול תחתית און געווארן אן ערליכער איד.


בנוגע קוקן אויף א שוועגערין וכו'; א שוועגערין איז נישט אזוי ווי א מאמע און א שוועסטער, מען דארף האבן שמירת עיניים ביי א שוועגערין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אויב די עלטערן האבן נישט הכרת הטוב, זאל איך אפלאזן מלמדות?
הכרת הטוב, פרנסה, מלמדים, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד ביי די קלענסטע כתה, וואס זיי ווערן דריי יאר; ברוך ה' איך לייג אריין די גאנצע הארץ און נשמה אין די קינדער, זיי געבן א געשמאק אין תורה, תפלה, ציצית, קאפל און פיאות.


די דרשות פונעם ראש ישיבה געבן מיר אזויפיל צו, און בפרט די חשיבות פון א מלמד, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך פיר זיך אזוי און די פיצלעך קינדער רעדן צום אייבערשטן און רעדן פון באשעפער.


איך ארבעט דא נישט וועגן געלט און נישט פאר די געהאלט, איך קען טון אנדערע זאכן פון וואס מ'פארדינט פיל מער, נאר צו זען מיינע פירות פאר די אויגן.


אבער יעצט פורים ווען ס'איז די איינציגסטע געלעגנהייט פון די עלטערן צו געבן די הכרת הטוב צום מלמד ביי די משלוח מנות, בין איך געווארן אזוי צעבראכן, זעענדיג ווי די עלטערן שעצן כמעט נישט, שיקן נארישע זאכן, מיט שוואכע פדיונות, אן א גוט ווארט, נאר גע'ירשנ'ט פון אנדערע.


אנדערע זאגן אז ביי א גרעסערע כתה באקומט מען מער, אדער אז עלטערן האבן נישט געלט, אדער מענטשן קענען נישט ארויסגעבן געפילן.


אויב אזוי טראכט איך צו פארלאזן דעם פלאץ צום נייעם זמן; כאטש וואס איך ווייס אז דער לאך וועט זיין גרויס, קיינער וועט נישט אריינלייגן אזויפיל אין די קינדער. נאר פאר די לעצטע החלטה האב איך געוואלט הערן פון אייך צי איך זאל עס טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, שושן פורים, ט"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער עס ארבעט מיט א רבים, צום ביישפיל א מלמד וכדומה - איז זייער וויכטיג צו וויסן אז מען ארבעט פאר'ן אייבערשטן, מען ארבעט נישט פאר קיינעם אנדערש. אז מען ווייסט אז מען ארבעט פאר'ן אייבערשטן דעמאלט האט מען הנאה פון די ארבעט, אנדערש איז ווען מען מיינט אז מען ארבעט פאר דעם און פאר יענעם, דעמאלט ווען מען זעט ווי מענטשן פירן זיך, מען איז נישט מכיר טובה וכו' - באקומט מען חלישות הדעת.


דעריבער זאלסטו נישט ווערן צעבראכן אז עס איז אריבער דעם יום טוב פורים און די עלטערן האבן דיר נישט געגעבן קיין געלט; קוק נישט אויף דעם, דו וועסט באקומען באצאלט פונעם אייבערשטן, די תורה און מצוות פון דיינע תלמידים דאס זאל זיין דיין ציל, אך און וויי פאר מלמדים וואס ארבעטן צו באקומען געלט וכו', עס איז נישטא קיין געלט אין די וועלט וואס קען באצאלן מלמדים און מחנכים וואס לערנען מיט קינדער.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ח:) אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - "אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין, אז פונקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט, ווייל ער פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.


אז דו ביסט מצליח מיט די קינדער זאלסטו אודאי ווייטער ממשיך זיין מיט די ארבעט; קלאפ ארויס די סארט מחשבות פון אפלאזן, דיין גאנץ לעבן זאלסטו בלייבן מלמד.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין מגילה יג ע"ב; פרקי דרבי אליעזר פרק נ) אז מרדכי הצדיק איז געווען פון די גרעסטע אין די סנהדרין; מיט דעם אלעם ווען עס איז געווען די גזירה פון המן איז ער געגאנגען צאמנעמען טויזנטער קינדער, ער האט מיט זיי געדאווענט און אזוי מבטל געווען די גזירה (אסתר רבה ט, ד); עס האט אים געפאסט, אפילו ער איז געווען אזוי גרויס, ער איז געווען פון די ראשי סנהדרין - צו נעמען קינדער, צוויי און צוואנציג טויזנט קינדער - לערנען מיט זיי און אזוי מבטל געווען די גזירה. דארפן מיר דאך זיכער דאס טון, בפרט ווער עס האט די כח און השפעה אויף קינדער, צו לערנען תורה מיט קינדער - און אזוי ברענגען די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי קען איך צוריקצאלן פאר'ן רבי'ן?
הכרת הטוב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי א טאג ס'גייט פארביי, זע איך אלץ מער און מער ווי סאך מיר האבן באקומען פון הייליגן רבי'ן דורך דעם ראש ישיבה שליט"א, ווי שטארק אונזער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך שפיר זייער א שטארקע הכרת הטוב פאר ברסלב און פאר'ן ראש ישיבה, און איך פיל אז איך מוז עפעס צוריקגעבן. לעצטנס האב איך אנגעהויבן טון אביסל הפצה, איך פרוביר איבערצוגעבן פאר נאך מענטשן די ליכטיגקייט פון הייליגן רבי'ן, איך מיין אבער אז דאס איז נאכנישט גענוג, איך דארף טון נאך מער.


 יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר געדענקט און איר ווייסט וואס דער רבי געבט אונז און וויפיל מיר זענען שולדיג פאר'ן רבי'ן אים צו צוריק באצאלן; הלואי זאלן מיר געדענקען דורכאויס אונזער גאנצע לעבן וויפיל מיר זענען שולדיג פאר'ן רבי'ן.


אז איר ווילט צוריק צאלן דעם רבי'ן זאלט איר פארשפרייטן פאר אנדערע פרויען און מיידלעך די זיסע וועג. עס איז א גרויסע רחמנות אויף מענטשן, ווייל יעדער איינער וויל זיין גוט, אלע ווילן זיין וואויל נאר מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען ווייסט נישט דאס חשיבות פון זיין א איד. בפרט יונגע ווייבלעך און מיידלעך פאלן זייער אוועק צוליב נישט וויסן וואס צו טון, זיי מיינען אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף זיי, אז דער אייבערשטער האט זיי נישט ליב - דעריבער לאזן זיי אפ די גוטע וועג.


דאס איז די הכרת הטוב וואס מיר קענען צוריק געבן דעם רבי'ן; מיט דעם וואס מיר רעדן צו נאך א מענטש און נאך א מענטש - דאס איז הכרת הטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.