שאלה אין קורצן ענין
#1 - ס'ווערט מיר שוין גרינגער צו היטן די אויגן
קדושה, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פריי זיך זייער אז מען גייט שוין אין קעמפ, איך האב זייער הנאה געהאט די גאנצע יאר, איך האב זייער הנאה געהאט פון די שיעורים די גאנצע יאר, פון די אלע חיזוק און עצות פאר די לעבן.


איך פריי זיך זייער און איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך לערן אין די הייליגע ברסלב'ער חדר וואו מען לערנט די עצות פון הייליגן רבי'ן און מ'לערנט אז וואס מען דארף האבן זאל מען בעטן נאר דעם אייבערשטן.


ס'איז דא איין זאך וואס איך האב זייער שטארק ארויסגענומען פון אלע שיעורים, די זאך פון היטן די אויגן; איך מוז זאגן אז ווען איך האב אנגעהויבן צו היטן מיינע אויגן איז עס מיר געווען זייער שווער, אבער צוביסלעך האב איך זיך אנגעהויבן צוגעוואוינען דערצו, און יעצט איז עס מיר שוין נישט שווער.


די וואך און אויך לעצטע וואך זענען מיר געגאנגען אויף א שפאציר מיט אונזער רבי.


איך האב שוין ברוך ה' געענדיגט בראשית שמות וכו' די חומש. איך לערן ברוך ה' משניות, גמרא און תיקוני זוהר כמעט יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה זאל האבן אסאך הצלחה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער שטארק ווען דו שרייבסט מיר בריוון, דו שרייבסט שיין און קלאר, פול מיט תוכן.


איך בין זייער איבערגענומען פון דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דו היטסט דיינע אויגן; אין אנהייב איז דאס געווען זייער שווער, אבער יעצט איז דאס שוין אסאך גרינגער.


אזוי גייט עס אין עבודת השם יתברך, אין אנהייב איז עס שווער, מען שפירט נישט גארנישט, און אז מען ברעכט דאס דורך – שפירט מען אלע טעמים פון גן עדן.


אז מען היט די אויגן, מען איז אפגעהיטן בקדושת היסוד – גייט אלעס גרינגער, דעמאלט שפירט מען א טעם אין דאווענען, א טעם אין לערנען, מען שפירט דעם אייבערשטן; און אז מען היט נישט די אויגן, מען קוקט אויף פרעמדע פרויען – ווערט אלעס פארלאשן.


דעריבער איז ביים רבי'ן געווען א וויכטיגע זאך קדושת היסוד, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון קדושת היסוד, ווייל דאס איז דער יסוד פון אלעס, אז דער יסוד איז גוט – איז אלעס גוט, און אז דער יסוד איז שוואך, וואס מען טוט נאר – פאלט אראפ.


יעצט האט פאסירט א שרעקליכע פאסירונג אין פלארידע, א גרויסע בנין האט זיך צאמגעלייגט, הונדערטער מענטשן זענען באגראבן געווארן אין איין רגע, דארט זענען אויך דא אידן, מען ארבעט שוין א לאנגע צייט צוצוקומען צו די מענטשן, פון אפאר לענדער איז מען געקומען ראטעווען.


אלע וואונדערן זיך, ווי אזוי קען פאסירן אזא זאך, א בנין זאל זיך צאמלייגן? יעצט הערט מען אין די נייעס אז אז מען האט שוין פאראויס געזאגט אז דער יסוד איז שוואך, עס איז דא שפאלטענעס וכו', זעט מען אז דער עיקר איז דער יסוד, אז דער פונדאמענט איז שטארק – דעמאלט איז גוט.


אזוי איז ביים מענטש, אויב איז מען הייליג, מען היט די אויגן, מען היט דעם אות ברית קודש וואס איז דער יסוד פונעם מענטש, אזוי ווי אליהו הנביא האט מגלה געווען (הקדמת תיקוני זוהר): "יסוד סיומא דגופא, אות ברית קודש", - דאן קען מען מצליח זיין אין עבודת ה'.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך פירן מיט דרך ארץ צו אלעמען, בפרט צו דיינע מלמדים. ביים רבי'ן איז דרך ארץ פון די ערשטע זאכן. חבר זיך מיט די קינדער וואס האבן דרך ארץ, איך וועל זיך זייער פרייען אויב דו וועסט זיך פירן מיט דרך ארץ.