תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב יעצט זיך געשריבן מיט "עי איי", כאטש וואס איך ווייס אז עס איז נישט גוט, וויבאלד קיינער האט נישט קיין צייט פאר מיר און מיינע משוגעת'ן, און דא האב איך א וועג צו פרעגן זאכן און אויסשמועסן אלעס.
פונעם שמועס מיט "עי איי" איז מיר אויסגעקומען אז מיין ווייב איז א "נארסיסיסט", זי האט נישט קיין שום געפיל אדער מיטלייד צו א צווייטן, און דערפאר בין איך אריבער וואס איך בין אריבער מיט איר לגבי מיינע עלטערן, אז זי האט אנגעקוקט דאס אז איך העלף זיי, ווי אז זיי זענען וויכטיגער פון איר, און וועגן דעם האט זי מיר צעקוועטשט פאר יארן און מיר דערנידערט; היינט בין איך א שבר כלי, איך פאל, און איך האב נישט ליב צו זיין אין שטוב, איך האב נישט קיין נערוון צו גארנישט, ווי אזוי הייבט מען זיך אויף?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זיי מיר מוחל אויף וואס איך גיי דיר זאגן, איך געדענק דיך נאך פון אלס בחור ווען דו ביסט געווען נישט א שברי כלי, נאר שברי שברים; איך געדענק וואס פאר א מחשבות דו האסט געהאט, פון אנטלויפן וכו', און פון וועלן ענדיגן די לעבן השם ישמרינו; עס איז נישט ריכטיג צו ווארפן די שולד אויף די ווייב, דאס איז דיינע עבירות וואס לויפן דיך נאך, די חטאות נעורים און חטאת זקנים, פון זינדיגן אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; דאס איז די גורם פאר די יסורים וואס דו גייסט אריבער, ווייל אלע צרות און יסורים וואס מען ליידט אין לעבן - קומט פון פוגם זיין בברית, פון זיך נישט היטן די אויגן, פון קוקן עבירות רחמנא לצלן ביז מען פאלט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, מען באשאפט דורכדעם קליפות ומשחיתים וואס פייניגן א גאנץ לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה בּוֹרֵא קְלִפּוֹת הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו, וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", דורך די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - באשאפט מען קליפות, און די קליפות גייען אריין אין מענטשן וואס קריגן זיך מיט אים און טוען אים אפ שרעקליכע יסורים.
עס איז זייער גרינג צו ווארפן די שולד אויף א צווייטן, טאטע מאמע זענען שולדיג, משפחה איז שולדיג, דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג וכו' וכו'; ליבער ברודער, פארוואס פרעגן עצות פונעם טעלעפאן? פארוואס נישט נעמען די עצה פון צדיק, די עצה פון תשובה און תפילה; טו תשובה און בעט דעם אייבערשטן די שכינה זאל ריען צווישן ענק, איך בין זיכער אז אויב דו וועסט תשובה טון, דו וועסט מער נישט פוגם זיין, און אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר - וועט דיין ווייב נישט זיין 'כנגדו', זי וועט דיר זיין 'עוזרתו'.
דא האסטו א שיינע תפילה:
"הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געזינדיגט, איך האב חרטה אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים, און איך נעם זיך פאר, איך זאג צו אז איך גיי מער נישט זינדיגן, ואני מאמין באמונה שלימה אז דאס וואס גייט אריבער אויף מיר פון מיין ווייב וכו' וכו' - איז צוליב מיינע עוונות ופשעים, חטאתי לפניך איך האב געזינדיגט פאר דיר, און דעריבער גייט אויף מיר איבער די יסורים. ווייל דו האסט מגלה געווען דורך די הייליגע צדיקים, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, אז ווען א מענטש איז פוגם במחשבה, ער טראכט שלעכטע זאכן - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע קינדער, און ווען מען איז פוגם בדיבור, מען רעדט זאכן וואס מען טאר נישט - ליידט מען צרות פון די ווייב, און ווען מען איז פוגם במעשה, מען זינדיגט מיט עבירות - ליידט מען יסורים פון מענטשן.
על כן באתי לפניך ה' אלוקי, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך וויל זיך אומקערן צו דיר. איך טו תשובה, איך גיי שוין זיין וואויל. איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל נישט ווערן ברוגז אויף מיין ווייב, איך זאל איר נישט פיינט האבן, איך זאל איר ווייטער ליב האבן, איך זאל געדענקן אז דאס איז נישט זי, זי וויל זיין גוט צו מיר, זי וויל זיין איינס מיט מיר, איך דארף מתקן זיין וואס איך האב פוגם געווען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.) אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", 'זָכָה' - דער וואס פירט זיך ווי אזוי מען דארף, 'עוֹזַרְתּוֹ' - ווערט זי אן עזר, זי העלפט אים, זי איז מיט אים, זי ווערט איינס מיט אים, 'לֹא זָכָה' - אז מען איז נישט זוכה, 'כְּנֶגְדּוֹ' - ווערט זי א פיינט.
העלף מיר אייבערשטער איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, נישטא גארנישט אויסער דו; מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין פרנסה - אלעס ביסטו אליינס. העלף מיר איך זאל נישט פרעגן מיינע שאלות פון די נייע טעכנעלאגיע 'עי איי', איך זאל פרעגן מיינע שאלות פון צדיקים וואס נעמען זייערע תשובות פון די הייליגע תורה, און וואס זענען זיך מוסר נפש פאר כלל ישראל אריינצושיינען די אמונה אין נשמות ישראל, אנא השם, רחם עלי, איך בעט דיר אייבערשטער, האב רחמנות אויף מיר, געב מיר שלום בית, געב מיר נחת פון מיינע קינדער, געב מיר פרנסה בשפע, בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.