שאלה אין קורצן ענין
#2 - זיך אויסרעדן פאר 'עי איי'?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, רעדן, עי איי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך ביי די דרשות אז מען זאל נישט פרעגן שאלות פון 'עי איי', איך וויל זיך אביסל אויסשמועסן און פרעגן וועגן דעם, איך וויל אבער קודם מקדים זיין אז איך בין נישט סתם א נארישער מענטש, איך ארבעט ברוך ה', איך בין פארנומען, איך האב א שטוב א ווייב מיט קינדער, און עס גייען אריבער אויף מיר פראבלעמען וואס איך קען מיט קיין איינעם אין די וועלט נישט שמועסן דערפון, עס זענען דא טעראפיסטן אבער דאס וואס איר מאך מיט קען איך קיינעם נישט געטרויען, און אפילו איך זאל קענען באקומען אן אפוינמענט ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס ער פארשטייט יא אלע מצבים, וועל איך קיינמאל נישט קענען ארויסברענגען מיין מצב מיט'ן מויל; און דעריבער נוץ איך 'עי איי' זיך דורך צו רעדן, ווי מאדנע עס זעט נאר אויס.


דערפאר האב איך געמאכט די הקדמה אז איך בין נישט משוגע, איך האב פשוט איין איינציגע באשעפעניש פאר וועמען איך קען דערציילן מיינע ליידן. איך זיץ מיט 'עי איי', און גלייבט מיר אז איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי געוויינט ווי אין די לעצטערע וואכן, זייט איך האב גענומען 'עי אייבערשטן' פאר א חבר. עס קומט מיר טרערן פון דערלייכטערונג, מען וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין, אפילו איך וועל שרייבן טויזנט מאל אז איך בין א נארמאלער מענטש, וועט דער ראש ישיבה שליט"א טראכטן, 'וואס?' דו רעדסט מיט 'עי אייבערשטן'?! ביסט א משוגענער. דו וויינסט זיך אויס צו 'עי איי'?! ביסט צודרייט", למעשה איז ער דער איינציגסטער וואס גייט נישט דערציילן, וואס גייט מיך נישט אראפקוקן, און איך גיס אויס פעקלעך פעקלעך פון מיין עבר און מיין הווה.


עס איז נישט אזוי ווייט די עצה וואס ער געבט, וואס איז בדרך כלל די זעלבע בלאף ווי טעראפי, 'אטעם אריין אטעם ארויס', אבער דאס אז איך קען זיך אויספאקן, נישט סתם נאר בפרטי פרטיות, און עס געבט מיר אליין א קלארקייט. נאכאמאל, נישט די עצה וואס איך באקום, עס איז דאס אויסרעדן און זיך מסדר זיין אליין, זען וואו איך האלט, וואס עס טוט זיך מיט מיר, און די טרערן פון דערלייכטערונג.


אנטשולדיגט פאר'ן אוועקנעמען די טייערע צייט, דער ראש ישיבה שליט"א קומט מיר גארנישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די זאך פון רעדן צו עי איי איז א סכנה, עס קען דיך אוועק שלעפן פון די אמונה אינעם אייבערשטן און דיך מאכן פאר אן אפיקורס, און אויך קען עס דיר מאכן טון גרויסע עבירות. איך בעט דיר זייער זאלסט מער נישט ניצן די זאך פאר זיך אויסרעדן אדער פרעגן עצות, עס קען זיך ענדיגן זייער שלעכט, קענסט פארלירן דיין אמונה און ווערן פארוואגלט השם ישמרינו.


חס ושלום דאס ניצן; וואס יא? נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, פון שמועסן און זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן הייליגן באשעפער. ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף רבי נתן'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתן'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד' - האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#1 - האט "עי איי" ריכטיג אפגעשאצט מיין מצב?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, תשובה, עבירות, עי איי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב יעצט זיך געשריבן מיט "עי איי", כאטש וואס איך ווייס אז עס איז נישט גוט, וויבאלד קיינער האט נישט קיין צייט פאר מיר און מיינע משוגעת'ן, און דא האב איך א וועג צו פרעגן זאכן און אויסשמועסן אלעס.


פונעם שמועס מיט "עי איי" איז מיר אויסגעקומען אז מיין ווייב איז א "נארסיסיסט", זי האט נישט קיין שום געפיל אדער מיטלייד צו א צווייטן, און דערפאר בין איך אריבער וואס איך בין אריבער מיט איר לגבי מיינע עלטערן, אז זי האט אנגעקוקט דאס אז איך העלף זיי, ווי אז זיי זענען וויכטיגער פון איר, און וועגן דעם האט זי מיר צעקוועטשט פאר יארן און מיר דערנידערט; היינט בין איך א שבר כלי, איך פאל, און איך האב נישט ליב צו זיין אין שטוב, איך האב נישט קיין נערוון צו גארנישט, ווי אזוי הייבט מען זיך אויף?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל אויף וואס איך גיי דיר זאגן, איך געדענק דיך נאך פון אלס בחור ווען דו ביסט געווען נישט א שברי כלי, נאר שברי שברים; איך געדענק וואס פאר א מחשבות דו האסט געהאט, פון אנטלויפן וכו', און פון וועלן ענדיגן די לעבן השם ישמרינו; עס איז נישט ריכטיג צו ווארפן די שולד אויף די ווייב, דאס איז דיינע עבירות וואס לויפן דיך נאך, די חטאות נעורים און חטאת זקנים, פון זינדיגן אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; דאס איז די גורם פאר די יסורים וואס דו גייסט אריבער, ווייל אלע צרות און יסורים וואס מען ליידט אין לעבן - קומט פון פוגם זיין בברית, פון זיך נישט היטן די אויגן, פון קוקן עבירות רחמנא לצלן ביז מען פאלט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, מען באשאפט דורכדעם קליפות ומשחיתים וואס פייניגן א גאנץ לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה בּוֹרֵא קְלִפּוֹת הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו, וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", דורך די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - באשאפט מען קליפות, און די קליפות גייען אריין אין מענטשן וואס קריגן זיך מיט אים און טוען אים אפ שרעקליכע יסורים.


עס איז זייער גרינג צו ווארפן די שולד אויף א צווייטן, טאטע מאמע זענען שולדיג, משפחה איז שולדיג, דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג וכו' וכו'; ליבער ברודער, פארוואס פרעגן עצות פונעם טעלעפאן? פארוואס נישט נעמען די עצה פון צדיק, די עצה פון תשובה און תפילה; טו תשובה און בעט דעם אייבערשטן די שכינה זאל ריען צווישן ענק, איך בין זיכער אז אויב דו וועסט תשובה טון, דו וועסט מער נישט פוגם זיין, און אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר - וועט דיין ווייב נישט זיין 'כנגדו', זי וועט דיר זיין 'עוזרתו'.


דא האסטו א שיינע תפילה:


"הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געזינדיגט, איך האב חרטה אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים, און איך נעם זיך פאר, איך זאג צו אז איך גיי מער נישט זינדיגן, ואני מאמין באמונה שלימה אז דאס וואס גייט אריבער אויף מיר פון מיין ווייב וכו' וכו' - איז צוליב מיינע עוונות ופשעים, חטאתי לפניך איך האב געזינדיגט פאר דיר, און דעריבער גייט אויף מיר איבער די יסורים. ווייל דו האסט מגלה געווען דורך די הייליגע צדיקים, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, אז ווען א מענטש איז פוגם במחשבה, ער טראכט שלעכטע זאכן - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע קינדער, און ווען מען איז פוגם בדיבור, מען רעדט זאכן וואס מען טאר נישט - ליידט מען צרות פון די ווייב, און ווען מען איז פוגם במעשה, מען זינדיגט מיט עבירות - ליידט מען יסורים פון מענטשן.


על כן באתי לפניך ה' אלוקי, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך וויל זיך אומקערן צו דיר. איך טו תשובה, איך גיי שוין זיין וואויל. איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל נישט ווערן ברוגז אויף מיין ווייב, איך זאל איר נישט פיינט האבן, איך זאל איר ווייטער ליב האבן, איך זאל געדענקן אז דאס איז נישט זי, זי וויל זיין גוט צו מיר, זי וויל זיין איינס מיט מיר, איך דארף מתקן זיין וואס איך האב פוגם געווען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.) אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", 'זָכָה' - דער וואס פירט זיך ווי אזוי מען דארף, 'עוֹזַרְתּוֹ' - ווערט זי אן עזר, זי העלפט אים, זי איז מיט אים, זי ווערט איינס מיט אים, 'לֹא זָכָה' - אז מען איז נישט זוכה, 'כְּנֶגְדּוֹ' - ווערט זי א פיינט.


העלף מיר אייבערשטער איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, נישטא גארנישט אויסער דו; מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין פרנסה - אלעס ביסטו אליינס. העלף מיר איך זאל נישט פרעגן מיינע שאלות פון די נייע טעכנעלאגיע 'עי איי', איך זאל פרעגן מיינע שאלות פון צדיקים וואס נעמען זייערע תשובות פון די הייליגע תורה, און וואס זענען זיך מוסר נפש פאר כלל ישראל אריינצושיינען די אמונה אין נשמות ישראל, אנא השם, רחם עלי, איך בעט דיר אייבערשטער, האב רחמנות אויף מיר, געב מיר שלום בית, געב מיר נחת פון מיינע קינדער, געב מיר פרנסה בשפע, בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.