שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס איז מיר אזוי שווער זיך אויסצושמועסן מיט'ן אייבערשטן?
התחזקות, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף וויכטיג הילף, און איך בעט זייער אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ארויסהעלפן. און דאס איז איבער די זאך פון רעדן צום אייבערשטן, זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטן חבר.


שוין אסאך יארן וואס איך בין זיך מתבודד, איך גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער הערט יעדעס ווארט וואס איך רעד צו אים, און איך האב ליב צו מאכן התבודדות, אבער עס איז מיר אזוי שווער אנצוהויבן א געהעריגע שמועס מיט'ן אייבערשטן, זיך צו עפענען די הארץ און זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר אים.


ווען איך גיי דורך א צרה חס ושלום, א פיזישע פראבלעם, אדער גאר א שטארקע שוועריקייט אין לעבן, דעמאלט איז מיר אביסל גרינגער זיך אויסצושמועסן און אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן איבער דעם ענין, אבער סתם אזוי טאג טעגליך גייט עס מיר פשוט נישט, איך זיץ און איך ווארט, איך קוק און איך זוך, אבער עס גייט ממש נישט. ברוך ה' אז דא און דארט קומט ארויס עפעס א ווארט, אבער נישט קיין געהעריגע שמועס. איך קען אפילו קוקן מיט די אויגן צום אייבערשטן, און איך שפיר ווי ער קוקט צוריק צו מיר, אבער עס מיר אזוי שווער צו רעדן און שמועסן מיט אים.


ווען עס קומט צו בעטן עפעס א געוויסע זאך וואס איך דארף, אדער צו דאנקען אויף א גוטע זאך וואס איך האב באקומען, איז מיר עס גרינגער, איך קען אפילו געבן קאמפלימענטס פאר'ן אייבערשטן כביכול, אים צו לויבן און זאגן ווי גוט ער איז צו מיר, אבער דאס איז אויך נאר זייער בקיצור, אפגעזאגט און געגאנגען ווייטער, עס אנטוויקלט זיך נישט א שמועס פון דעם. ווען עס איז דא א נושא וואס איז מיר וויכטיג און איך וואלט עס אמת'דיג געוואלט איבערשמועסן מיט'ן אייבערשטן, איבערגיין אלע צדדים פון די זאך, פשוט ווי איך וואלט עס אויסגעשמועסט מיט א קלוגן איד, דאן גייט עס נישט, עס שטרענגט מיך אזוי אן אז איך ווער ממש צעפלאצט פון דעם.


איך האב ברוך ה' אמונה, איך גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער איז נעבן מיר, ער הערט מיך, ער זעט מיך, אבער איך וואונדער זיך אויף מיך אליין פארוואס ווען איך רעד אינדערהיים אדער מיט א חבר, איך שמועס מיט סיי וועמען און זיכער ווען איך רעד מיט א רב אדער משפיע, דאן איז מיר אזוי גרינג צו רעדן און שמועסן, עס פארט ממש א מחי', פארוואס ווען עס קומט צו רעדן מיט'ן אייבערשטן, דער מקור פון רחמנות און גוטסקייט, ווערט אלעס פארהאקט?


איך גלייב אז ווען איך וועל זוכה זיין איין טאג צו קענען געהעריג רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן, וועט נישט זיין קיין איין זאך וואס איך וויל וואס איך וועל נישט קענען באקומען פון אים.


איך פרוביר צו טראכטן פון וואו עס נעמט זיך די שוועריקייט, וואו ווערט עס פארפלאנטערט. און אויפ'ן ערשטן בליק זעט מיר אויס אז עס האט צוטון מיט דעם וואס אייבערשטער ווייס אז דער אייבערשטער ווייסט שוין בעסער פון מיר אליין אלעס וואס שטערט מיר, אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר, און ער ווייסט שוין אויך וואס איך גיי אים יעצט זאגן, איך בין אים גארנישט דא מחדש. אזוי ווי ווען איך וועל זיך גיין אויסרעדן צו אן ערליכער איד, ווי נאר איך זע אז ער האט געכאפט און פארשטאנען מיין פראבלעם, וועל איך עס נישט איבערזאגן נאכאמאל, איך וועל זיך שפירן ווי א חוזק איבערצוזאגן די זעלבע זאך וואס ער האט שוין געהערט א מינוט צוריק פון מיר, און זאג עס נאך איבער מיט'ן זעלבן טאן און ניגון; די זעלבע שפיר איך זיך ווי א חוזק ווען איך שמועס אויס א זאך מיט'ן אייבערשטן, ער ווייסט דאך שוין פאראויס פונקטליך וואס און ווי אזוי איך גיי יעצט זאגן וואס איך וויל זאגן.


רעדנדיג מיט א נאנטער חבר קען איך פאקטיש יא רעדן מער באריכות, מער זיך אויסשמועסן, אבער דאס איז טאקע דערפאר ווייל איך האב די געפיל אז איך בין אים עפעס מחדש, עפעס וואס ער האט נישט געוואוסט פריער, און אויב איך וועל אים עס נישט זאגן וועט ער דאס נישט וויסן, און דעריבער איז די שמועס געשמאק, איך שפיר אז איך טו עפעס אויף.


איך האב געהערט פון א געוויסער משפיע אז דאס האט צוטון מיט ידיעה און בחירה, אז כאטש וואס א איד גלייבט אז דער אייבערשטער ווייסט אלעס וואס ער גייט טון, פון דעסט וועגן דארף ער גלייבן אז ער האט די בחירה אויסצוקלויבן צו טון נאר גוטס און נישט קיין שלעכטס חס ושלום; און אן ענליכע זאך איז אויך ביים רעדן צום אייבערשטן, ווען עס קומט צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן דארף מען נישט די עבודה פון בחירה, זיך פארצושטעלן אזוי ווי דער אייבערשטער כביכול ווייסט נאכנישט וואס איך גיי אים דערציילן, און אזוי קען גרינגער רעדן צו אים אזוי ווי מ'וואלט גערעדט צו א חבר, כאטש וואס באמת ווייסט ער יא אלעס. דאס איז אבער גרינג צו זאגן און שווער מקיים צו זיין.


איך האף אז איך האב זיך גוט מסביר געווען, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עצות און הדרכה אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות. מען דארף זיין א גרויסער עקשן, נישט אפלאזן די הייליגע עבודה פון התבודדות ותפילה.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב): "צָרִיךְ לֵידַע" מען דארף וויסן, "אֵיךְ לִלְחֹם" ווי אזוי צו מלחמה האלטן, "עִם הַחֶרֶב" מיט די שווערד פון תפילה והתבודדות, "שֶׁלֹּא יַטֶּה אוֹתָהּ לְיָמִין אוֹ לִשְׂמֹאל" נישט צו בייגן די שווערד נישט רעכטס און נישט לינקס. ווען מען גייט דאווענען, מען גייט נוצן די שווערד פון תפילה - דארף מען אסאך חיזוק; ווייל ווען א מענטש וויל זיך שטעלן דאווענען, ער וויל בעטן דעם אייבערשטן - קומען צוויי קליפות אים שטערן ער זאל נישט דאווענען, א רעכטע קליפה מיט א לינקע קליפה. די רעכטע קליפה זאגט: 'וואס דארפסטו בעטן דעם אייבערשטן? אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז דאך נאר גוט!' אויך זאגט די קליפה: 'דער אייבערשטער ווייסט דאך אלעס, וואס דארפסטו רעדן צו אים?' דאס איז אמת, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס צום גוטן און ער ווייסט אלעס, אבער דער אייבערשטער וויל מיר זאלן דאווענען און אים בעטן. ווען עס קומט אריין די מחשבות ביים דאווענען - איז דאס קליפת ישמעאל.


נאכדעם איז דא א לינקע קליפה פון כפירות ואפיקורסות, וואס לייקנט אין אלעס; די קליפה פארדריידט דעם מענטש: 'וואס האסטו צו דאווענען? עס איז גארנישט דא', חס ושלום.


דעריבער, ווער עס נעמט די שווערד פון תפילה דארף האלטן די שווערד שטארק, נישט זיך לאזן בייגן נישט רעכטס און נישט לינקס, "וְשֶׁיְּהֵא קוֹלֵעַ אֶל הַשַּׂעֲרָה" נאר צילן צום פונקט, שטעכן מיט'ן שווערד א שטעך נאך א שטעך, אן קיין אפשטעל. "וְלֹא יַחֲטִא" אפילו ער זעט אז עס גייען אריבער אזויפיל טעג און יארן און ער איז נאכנישט געענטפערט געווארן, זאל ער ווייטער שטעכן מיט'ן שווערד פון תפילה, בעטן און בעטן אן קיין אויפהער, דאס מיינט זיין 'קוֹלֵעַ אֶל הַשַּׂעֲרָה', מען צילט צום פונקט, מען געבט נישט אויף, זאל זיין וואס זאל זיין.


פארשטייט זיך, ווען מען בעט דעם אייבערשטן - דארף דאס זיין מיט תחנונים, מיט געבעט. מען בעט א מתנת חנם, נישט אז מען האלט 'עס קומט מיר', נאר בלשון תחנונים: "רבונו של עולם, געב מיר א מתנת חנם; עס קומט מיר גארנישט, אבער דו ביסט דאך א בעל הרחמים, בעט איך דיר, האב אויף מיר רחמנות און געב מיר א ישועה"; אויב מען איז אן עקשן, מען האלט די שווערד צום פונקט, מען געבט נישט אויף - באקומט מען די ישועה.


די בעסטע זאך איז, דו זאלסט פון דעם אליינס מאכן תפילה והתבודדות, שמועס דאס אליינס אויס מיט'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל אזוי שטארק רעדן צו דיר, איך וויל דיר אלעס דערציילן, אבער עס קומען מיר אריין שלעכטע מחשבות וואס שטערט מיר דאס רעדן צו דיר, איך טראכט 'וואס האב איך צו רעדן צו דיר ווען דו ווייסט שוין אלעס אליינס?'" אזוי זאלסטו אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שם): "זֶה בְּחִינַת מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת שֶׁבַּתְּפִלָּה" די שלעכטע מחשבות וואס קומען צום מענטש ביים דאווענען, "שֶׁהֵם עֲנָנִין דִּמְכַסִּין עַל עַיְנִין" דאס זענען וואלקענעס וואס פארשטעלן די אויגן, "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, מד): "סַכֹּתָה בֶעָנָן לָךְ" וְכוּ' דו האסט זיך באדעקט מיט א וואלקן, 'מֵעֲבוֹר תְּפִלָּה', די שלעכטע מחשבות זענען אזוי ווי וואלקענעס וואס פארדעקן די ליכטיגקייט פון די זון, אזוי אויך די קשיות אויפ'ן באשעפער פארשטעלט די ליכטיגקייט פון זען אלקות.


די צוויי קליפות, עשו און ישמעאל; די קליפה פון עשיו איז כפירה, וואס רעדט איין שלעכטע מחשבות חס ושלום, לית דין ולית דיין, און די אנדערע קליפה פון ישמעאל, וואס רעדט איין שלעכטע מחשבות, אז 'שמע ה' תפילתך', אלעס איז דער אייבערשטער און עס פעלט נישט אויס צו מתפלל זיין; די צוויי קליפות שטערט פון דאווענען, און משיח צדקינו וועט לוחם זיין מיט'ן שווערד פון תפילה און זיי אינגאנצן מכניע זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.