שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס אינדערפרי קען איך רעדן צום אייבערשטן, און ביינאכט נישט?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים און עצות.


איך וויל מיטטיילן מיט אייך אן אינטערעסאנטע זאך וואס האט זיך געמאכט ביי מיר בנוגע צו תפילה און התבודדות. עס מאכט זיך ביי מיר אסאך מאל אז אין די צופרי שעות בין איך ברוך ה' מצליח צו רעדן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן, ווען עס קומט אבער די ביינאכט שעות גייט מיר גארנישט, עד כדי כך אפילו ווען איך גיי דורך א פראבלעם ביינאכט, למשל אז איינער רעגט מיר אויף, דאן קומט מיר בכלל נישט אריין אין קאפ די עצה אז איך קען בעטן דעם אייבערשטן, כאילו לא היה.


איך וואלט זיך געפריידט אויב דער ראש ישיבה האט אן עצה אדער אן ערקלערונג ווי אזוי דאס קען זיין אז דער זעלבער מענטש וואס מארגן אינדערפרי וועט ער ווייטער רעדן צום אייבערשטער, איז ער אבער ביינאכט אינגאנצן פארמאכט.


מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי עס קען זיין ביי דעם זעלבן מענטש אז צופרי זאל ער רעדן צום אייבערשטן און ביינאכט ווערט ער אויסגעלאשן און פארגעסט אינגאנצן פון תפילה.


דער רבי איז דאס מסביר (ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן סב, אות ה) אויפן זוהר (פרשת משפטים צה.): "עוּלִימְתָּא שַׁפִּירְתָּא דְּלֵית לָהּ עֵינִין; גּוּפָא טְמִירְתָא, וְאִתְגְּלֵי, נָפְקַת בְּצַפְרָא וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא", זאגט דער רבי אזוי: די אמונה ווערט אנגערופן "עוּלִימְתָּא שַׁפִּירְתָּא"; דאס הייסט, ווען מען פרעגט א מענטש וואס גלייבט אינעם אייבערשטן: "זאג מיר וואס דו שפירסט, זאג מיר וואס דו גלייבסט", וועט דער מענטש נישט קענען ענטפערן וואס ער שפירט און וואס ער גלייבט, ווייל יעדע זאך וואס האט מיט אמונה איז א זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין, אבער פאר דעם מענטש וואס גלייבט איז עס אזוי קלאר - ממש ווי ער זעט דאס מיט זיינע אויגן. דאס איז פשט, "גּוּפָא טְמִירְתָא", אמונה איז א זאך וואס איז באהאלטן און מען קען דאס נישט מסביר זיין, אבער - "וְאִתְגְּלֵי", דער מענטש וואס גלייבט, ביי אים איז עס אזוי קלאר ווי ער זעט דאס מיט זיינע אויגן.


יעדע צופרי באנייט דער אייבערשטער די אמונה, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ"; זאגט דער רבי אז דאס איז פשט, "נָפְקַת בְּצַפְרָא", אינדערפרי באווייזט זיך די אמונה, אבער במשך דעם טאג ווען דער מענטש ווערט באשעפטיגט מיט זיינע זאכן, ווערט צוביסלעך אפגעשוואכט די אמונה; מען הייבט אן טראכטן פון געלט, מען הייבט אן טראכטן פון (דברים ח, יז): "כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה" און מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, דאס איז פשט "וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא", במשך דעם טאג ווארט די אמונה פארדעקט.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז יעדן טאג אינדערפרי האסטו כח צו רעדן צום אייבערשטן און ווען עס קומט ביינאכט פארגעסטו פון די אמונה; זאלסטו זען צו מאכן התבודדות גלייך אינדערפרי פאר דו הייבסט אן צו ווערן באשעפטיגט מיט דיינע ענינים.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי): "וּבְיוֹתֵר מוֹעִיל הַשֵּׁנָה לָאֱמוּנָה", ווען א מענטש שלאפט ווערט געשטארקט זיין אמונה; דערפאר זעט מען אז אינדערפרי איז א מענטש מער רואיג און געלאסן, ווייל נאכן שלאפן האט א מענטש מער אמונה און עס איז אים גרינגער צו רעדן צום אייבערשטן, מה שאין כן ווען עס קומט ביינאכט ווען דער מענטש איז אויסגעמוטשעט, פאלט ארויף אויפן מענטש א מידקייט און מען ווערט צעבראכן.


דערפאר איז זייער גוט זיך צו מאכן אביסל צייט גלייך אינדערפרי צו רעדן צום אייבערשטן, זיך מיישב זיין וואס מען דארף נאך פארעכטן און וואס מען דארף זיך פארבעסערן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נד): "כָּך רָאוּי לִהְיוֹת מִנְהַג יִרְאֵי הַשֵּׁם תֵּכֶף בַּבּקֶר בַּהֲקִיצוֹ, קֹדֶם שֶׁיַּתְחִיל שׁוּם דָּבָר יִזְכֹּר מִיָּד בְּעָלְמָא דְּאָתֵי", דאס איז דער וועג ווי אזוי אן ערליכער איד דארף זיך פירן, גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל מען טראכטן פון תכלית - עס קומט נאך א וועלט און קיינער בלייבט נישט דא. עס גייט קומען א טאג וואס אלע וועלן מיר איבערלאזן די וועלט, מען וועט נעמען דעם מענטש און אים אריין לייגן אין גרוב. דארט וועט גארנישט ניצן - נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מיר האבן זיך אנגעגרייט וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זיך מתבודד יעדן צופרי; דו פארציילסט פארן אייבערשטן דיין גאנצע הארץ, דיין גאנצע לעבן, אלעס וואס טוט דיר וויי.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.