שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס האט איר געגעבן אן אינטערוויו פאר די פרייע "ערוץ שתים"?
ענינים שונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר זאלט מיר מוחל זיין פאר'ן פרעגן, אויב איר קענט מיר ערקלערן פארוואס איר האט געגעבן אן אינטערוויו פאר די פרייע מידיא פראגראם "ערוץ שתים" פון ארץ ישראל, אין די צייט וואס איר געבט נישט קיין שום אינטערוויוס פאר קיינעם, אפילו פאר גאר חרדישע און ערליכע אויסגאבעס וואס ווילן האבן אן אינטערוויו פון אייך. איך קען דאס באמת נישט פארשטיין.


א גרויסן יישר כח.


ברוך

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ברוך נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו ענטפערן אויף די שאלה וואס איר פרעגט, ווייל איך וויל מען זאל וויסן די מעשה וואס האט דא פאסירט.


צום ערשט זאלט איר וויסן אז דאס וואס איך געב נישט קיין אינטערוויאס וכו' דאס איז ווייל מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר כמה פעמים געזאגט אז איך זאל קיינמאל נישט געבן קיין אינטערוויאס, און איך זאל נישט האבן קיין מגע ומשא מיט די מידיע וכו' (חוץ איין מאל האט מוהרא"ש מיר יא געהייסן רעדן, ואין כאן המקום להאריך).


דאס וואס עס האט יעצט פאסירט וכו', דאס האט זיך אזוי געפירט אן מיין ווילן; איר פארשטייט אליינס, אז אויב איך געב נישט קיין אינטערוויאס פאר קיין איין צייטונג, אפילו א פרומע וכו', האב איך דאך זיכער נישט געוואלט געבן פאר זיי אן אינטערוויא. און וויבאלד חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שקלים יד:): "אָדָם צָרִיך לָצֵאת יְדֵי הַבְּרִיּוֹת כְּדֶרֶך שֶׁצָּרִיך לָצֵאת יְדֵי הַמָּקוֹם", אזוי ווי עס שטייט (במדבר לב, א): "וִהְיִיתֶם נְקִיִּים מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל", נאך שטייט (משלי ג, ד): "וּמְצָא חֵן וְשֵׂכֶל טוֹב בְּעֵינֵי אֱלֹקִים וְאָדָם", וועל איך אייך פארציילן וואס דא האט פאסירט.


איר דארפט אליינס פארשטיין אז א איד טאר נישט האבן קיין שייכות מיט די פרייע מידיע וואס זוכן צו באשמיצן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל, זיי זוכן ווי זיי קענען אפשפעטן פון אידן וואס זיצן און לערנען זייער גאנץ לעבן, זיי זוכן ווי זיי קענען אויסרייסן די תורה; ביי זיי איז א תלמיד חכם אן איבעריגע זאך, און די ישיבות און כוללים זענען איבעריג, דערפאר שפעטן זיי פון די תורה רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו געבן שיעורים פאר אידישע קינדער שוין איבער צען יאר, דאס זענען שיעורים אין אמונה, עצות און חיזוק פון דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. די שיעורים זענען פאר די בחורים אין ישיבה; אויך זענען אנוועזנד ביים שיעור בחורים וואס לערנען נישט אין ישיבה, בחורים פון אנדערע ישיבות און בחורים וואס ארבעטן; אויך באטייליגן זיך ביי די שיעורים אינגעלייט וואס ווילן הערן אביסל חיזוק אויף עבודת השם וכו'; די שיעורים זענען פאר ווער עס וויל קומען הערן.


איין טאג זענען ארויפקומען אין ישיבה צוויי אינגעלייט און איך האב זיי געגעבן שלום; זיי האבן מיר געפרעגט צי זיי קענען קומען צום שיעור וואס איך געב פאר די בחורים, זאג איך זיי: "אודאי קענט איר קומען, יעדער קען קומען צו די שיעורים", זאגט מיר איינער פון זיי אין אידיש, אויפן צווייטן, וואס קען נישט קיין אידיש: "ער ארבעט פאר די מידיע און ער וויל רעדן מיט אייך", זאג איך אים: "זייט מיר מוחל אבער איך רעד נישט צו קיין שום מידיע", זאגן זיי מיר: "בסדר, דעמאלט וועלן מיר קומען הערן די שיעור, און אליין באשרייבן וואס מיר זעהן".


למעשה, איין טאג אינמיטן שיעור קומען אריין א גאנצע חברה מיט גרויסע מייקס, גרויסע קעמרעס און גרויסע ווידיאו מאשינען, עס איר מיר פשוט שלעכט געווארן, אבער איך האב ממשיך געווען מיט די שיעור און מיט די ניגונים אזוי ווי יעדן טאג. נאכן שיעור קומט דער אינגערמאן צו צו מיר זאגענדיג אז ער האט זייער הנאה געהאט, ער וויל נאר מאכן א בילד מיט מיר. נאכדעם זאגט ער מיר אז ער וויל מיר פרעגן א שאלה; איך האב נאך נישט געכאפט וואס דא גייט פאר, איך האב נישט געכאפט אז איך ווער אפגעכאפט און יעדעס ווארט וואס איך רעד ווערט רעקארדירט, ביז איינער האט מיר געזאגט שטילערהייט אין די אויער: "ראש ישיבה, געבט זיך אכטונג, ווייל מען כאפט אייך אפ יעדעס ווארט וכו'".


ווען איך בין אהיים פון ישיבה און זיך מתבודד געווען מיין גאנצן טאג מיטן אייבערשטן, האב איך ערשט געכאפט וואס דא איז געשען וכו'; איך האב זייער געבעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל נישט ארויסקומען פון דעם א חילול השם, איך האב פארציילט פארן אייבערשטן די גאנצע מעשה בפרטי פרטיות, אז איך האב נישט געוואלט רעדן מיט אים, און בשעת מעשה האב איך נישט געכאפט וואס זיי ווילן פון מיר, איך בין דא פשוט געפאלן א קרבן פאר זיי; איך האב זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן נישט נעמען מיינע ווערטער צו שטעכן ערליכע אידן. דאס אלץ שרייב איך אייך פשוט אלץ (במדבר לב, א): "וִהְיִיתֶם נְקִיִּים מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול דורך אונז, עס זאל נאר גרויס ווערן דעם אייבערשטנס נאמען אויף די גאנצע וועלט, אלע זאלן תשובה טון, און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.