תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב זייער הנאה פון אייערע שיעורים, איך הער עס אויס בשעת מיין ארבעט, און דאס איז מיר א קוואל פון חיזוק. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן.
א. א גרויס חלק פון די חסידישע רבי'ס זענען קעגן ברסלב, מ'לערנט נישט קיין ברסלב'ע ספרים און מ'זאגט נישט נאך תורות פון ברסלב. וויל איך וויסן וואס איז די השתלשות הדברים פון די מחלוקת קעגן ברסלב, ווייל פון די אנדערע זייט זע איך אז דער ליקוטי מוהר"ן האט הסכמות פון גדולי ארץ וועלכע האבן געשאקלט די וועלט, דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע, דער קאזניצער מגיד זי"ע, פון הרה"ק בעל מחבר ספר אורח לחיים. וועמען איך האב געפרעגט וועגן די נושא, האט מיר קיינער נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן.
ב. וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן בחורים רעדן מיט די תפילין?
ג. די ברסלב'ע שיטה איז א מ'זאגט תורה אפילו אן פארשטיין. היינט איז דאך שוין דא משניות מיט אידיש, פארוואס קען מען נישט זאגן די אידישע משניות, און אזוי וועט מען יא פארשטיין? כמעט אלעס איז דאך שוין דא היינט מיט אידיש טייטש. ווען מוהרא"ש האט געלעבט איז נאכנישט געווען די אלע ספרים, אויסער די פיעטרושקא משניות וואס אויף דעם איז געווען שאלות אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן.
א גרויסן יישר כח, יעקב
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד יעקב נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף דער וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".
מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון, שם): "וואספארא עצה האבן זיי זיך געטראפן? לאכן! - מען לאכט פונעם רבי'ן, מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד"; דאס איז דער עצה, דער סמ"ך מ"ם מאכט זיכער אז מען זאל נישט מקורב ווערן צום רבי'ן, דורכדעם וואס ער מאכט א געשפעט פונעם הייליגן רבי'ן.
דער רבי האט אמאל גערעדט וועגן די מחלוקת וואס איז דא אויף אים, אז מען זאגט אויף אים שקרים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצו) דער נביא קרעכצט (הושע ז, יג): "וְאָנֹכִי אֶפְדֵּם", איך העלף דאך די אידן, "וְהֵמָּה דִּבְּרוּ עָלַי כְּזָבִים", און זיי רעדן אויף מיר שלעכטע רייד; ר' נתן שרייבט דארט אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט די טראפן פון נ"ך: "וְאָנֹכִ֣י אֶפְדֵּ֔ם", איך העלף זיי, און זיי רעדן שלעכטס אויף מיר.
די אלע וואס רעדן אויף ברסלב, ווען זיי וואלטן ווען געוויסט באמת וואס איז ברסלב'ע חסידות, נישט נאר זיי וואלטן נישט גערעדט אויף ברסלב, נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.
וואויל איז פאר דעם וואס הערט נישט קיין ליצנות אויף צדיקי אמת, ער נעמט נישט קיין חלק אין רעדן אנטקעגן צדיקים, וועט ער זוכה זיין זיך צו פרייען מיט די שמחה ביי די גאולה שלימה, אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט געזאגט (עיין בסוף ספר נועם אלימלך, באגרת הקודש) "ווער עס ליינט כתבי פלסתר אויף צדיקי אמת וועט נישט זוכה זיין צו זען די שמחה פון די גאולה, און דער וואס קוקט נישט אין קיין כתבי פלסתר און רעדט נישט אויף צדיקי אמת וועט זוכה זיין זיך מיט צו פרייען מיט די שמחה וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען".
בנוגע ברסלב'ע מנהגים וכו'; אין ברסלב זענען די מנהגים דאס וואס עס שטייט אין שלחן ערוך. דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל לערנען שלחן ערוך יעדן טאג, אזוי ווי ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים וְלֹא יַעֲבֹר, וְאַף אִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ, כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג שלחן ערוך חק ולא יעבור, אפילו מען האט נישט קיין צייט מען איז אן אונס, דאך זאל מען לערנען א סעיף אין שלחן ערוך אפילו שלא כסדרן, ווייל יעדער איד מוז לערנען יעדן טאג פון זיין לעבן שלחן ערוך - זאל זיין וואס זאל זיין, "וּכְשֶׁאֵינוֹ אָנוּס יִלְמַד כְּסֵדֶר כָּל הָאַרְבָּעָה "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" מִדֵּי יוֹם בְּיוֹמוֹ, וּכְשֶׁיִּגְמֹר וִיסַיֵּם הָאַרְבָּעָה "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" יַחֲזֹר וְיַתְחִיל לְלָמְדָם כְּסֵדֶר, וְכֵן יִנְהַג כָּל יְמֵי חַיָּיו", און ווען ער איז נישט קיין אונס זאל ער זען צו לערנען אויף א סדר, יעדן טאג אביסל, ביז ער וועט ענדיגן גאנץ שלחן ערוך, און נאכדעם זאל ער אנהייבן נאכאמאל שלחן ערוך. אזוי זאל מען זיך פירן א גאנץ לעבן.
מאך דיר א שיעור צו לערנען יעדן טאג שלחן ערוך; דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שלחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך: טורי זהב, מגן אברהם וכו'. דערפאר זאלסט זיך מאכן צוויי שיעורים, איין שיעור מחבר רמ"א; אנשי שלומינו פירן זיך צו לערנען יעדן טאג מיט טלית ותפילין דרבינו תם אביסל הלכה, דאס פלעגט זיין דער סימן פון א ברסלב'ער חסיד – אז ער האלט אין טלית בייטל א קליינעם 'שלחן ערוך'. און די אנדערע שיעור זאלסטו לערנען לויטן סדר אין שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים ביז הלכה למעשה.
בנוגע לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); וואס זאל איך דיר זאגן, טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב - פרוביר עס אויס, וועסטו זען אז עס איז גוט און עס איז נישט דא קיין בעסערס פון דעם. נעם א משניות און הייב אן זאגן די ווערטער, וועסטו שפירן דאס זיסקייט פון די הייליגע תורה.
דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן"; דאס זעט מען בחוש, ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דארף ער שוין גארנישט; ער שפירט א צופרידנקייט אין לעבן, ער לעבט א פרייליכע לעבן. ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט נעמט ער א משניות, א גמרא וכו' און איז גורס פרקים משניות און דפים גמרא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.