תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, דאס איז ממש מיין לעבן, עס האט מיר אינגאנצן געטוישט צום גוטן, אין שלום בית, אין קדושה, און אין אלע ענינים.
איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א וועגן די עצה פון התבודדות, צו רעדן אסאך צום אייבערשטן, און אז איינער וואס טוט דאס איז באמת א גליקליכער מענטש. ברוך ה' אז אין זכות פון די שיעורים גייט ביי מיר נישט דורך א טאג וואס איך זאל נישט רעדן צום אייבערשטן. וויל איך אבער פרעגן פארוואס מיר בעטן אזוי סאך אז משיח זאל שוין קומען, אויב דער גאנצער תכלית איז נאר צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, איז דאך אזא מענטש שוין נישט אין גלות, וואס פעלט נאך אויס צו בעטן אויף משיח?
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס דיבורים; דער רבי לערנט מיט אונז די לימודים וואס משיח וועט לערנען מיט אונז. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישט דא קיין חילוק, איין חילוק איז דא, ביי משיח וועט מער נישט זיין קיין בחירה און יעצט איז נאך דא די בחירה"; משיח צדקינו וועט אריין ברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים און מען וועט רעדן צום אייבערשטן.
דאס טוט דער רבי מיט אונז שוין יעצט, ער לערנט מיט אונז אז מיר זאלן נוצן דעם שווערד פון משיח. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ – הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט איינעמען וועט זיין נאר דורך תפילה; קיינער וועט נישט זיין פארנומען מיט א צווייטן, יעדער וועט טראכטן נאר פונעם אייבערשטן און מען וועט זיך נישט קריגן איינער מיט'ן צווייטן וואס דאס איז דער גלות וואס מיר ליידן, מען קריגט זיך איינער מיט'ן צווייטן.
מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויס צו גיין פון גלות; מוהרא"ש זאגט אז דער גאנצער גלות איז איין ווארט: 'מחלוקת'; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא סט:): "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן", אז די עבירה פון שנאת חנם איז נאך אלץ צווישן אונז.
מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג וויינען אויף מחלוקת, ער פלעגט זאגן: "דער גאנצער גלות איז אז עס איז דא פירודים צווישן אידישע קינדער"; די אשכנזים ווילן נישט די ספרדים און צווישן זיך איז מען אויך צעריסן און צעשלאגן וכו' וכו', אזוי אויך ביי די ספרדים, מ'וויל נישט די אשכנזים און צווישן זיך האט מען זיך אויך פיינט איינער דעם אנדערן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר זענען אלע אויף איין שיף, די אומות העולם מאכן לעכער אינעם שיף און ווילן אונז חס ושלום דערטרענקען"; דארפ'ן מיר זיך העלפן איינער דעם אנדערן און נישט זוכן יענעם צו קלאפן, דאס איז דער גלות און אויף דעם בעטן מיר און ווארטן אז משיח זאל אונז שוין אויסלייזן פון די אלע קטנות'ער, און מיר זאלן זיך ליב האבן איינעם דעם צווייטן. אזוי ווי עס שטייט ביי די נבואה אויף די צייט ווען משיח וועט קומען (ישעיהו יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", דער וואלף מיט די לעמעלע, דער לעמפערט מיט די ציגעלע וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קו מיט'ן בער וועלן צוזאמען פאשען, דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות. "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און קיינער וועט נישט שלעכטס טון פאר'ן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן און מען וועט לעבן מיט אמונה.
דער אייבערשטער זאל אונז שוין ארויס נעמען פון דעם ביטערן גלות, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ביאת משיח וואס וועט אריין ברענגען אין יעדן איינעם אז מען זאל רעדן צום הייליגן באשעפער, אזוי ווי דער פסוק זאגט (צפניה ג, ט): "אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה' לְעָבְדוֹ שְׁכֶם אֶחָד", יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן און יעדער וועט אוועק ווארפן די געלט, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו ב, כ): "בַּיּוֹם הַהוּא יַשְׁלִיךְ הָאָדָם אֵת אֱלִילֵי כַסְפּוֹ, וְאֵת אֱלִילֵי זְהָבוֹ", אמן.