תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין זייער צעמישט, און איך שפיר אז דער ראש ישיבה איז דער איינציגסטער וואס קען מיר העלפן, איך לערן זיך אזויפיל פון די שיעורים, און דאס העלפט מיר שטייגן אין לעבן.
איך האב נישט קיין געפיל צו די הלכות פון טהרת המשפחה, איך פארשטיי נישט פארוואס איך דארף זיך רייניגן וכו' און איינהאלטן אלע איבריגע הלכות, וואס טוט דאס אויף, און צו וואס פעלט עס אויס בכלל?
איך שפיר ווי איך ווער אונטערדרוקט אז איך טאר נישט טון דאס און יענץ, א פרוי גייט דורך גענוג שווערע יסורים מיט'ן האבן קינדער, צו וואס פעלט נאך אויס צוצולייגן די אלע איבריגע הלכות און גדרים?
איך האף דער ראש ישיבה וועט מיך קענען ארויסהעלפן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז מען היט נישט טהרת המשפחה באקומט מען נאכדעם א גרויסן עונש; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא:): "נָשִׁים מֵתוֹת בִּשְׁעַת לֵדָתָן עַל שֶׁאֵינָן זְהִירוֹת בְּנִדָּה", פרויען שטארבן ווען זיי געבוירן קינדער ווייל מען היט נישט די מצוה פון טהרת המשפחה; דאס איז א שפיל מיט פייער, אז מען היט נישט טהרת המשפחה געבוירט מען קינדער וואס זענען קראנק פיזיש און גייסטיש רחמנא לצלן.
עס איז נאר שווער כל זמן מען ווייסט נישט פארוואס מען טוט דאס, אבער ווען עס קומט צו טון זאכן צו ראטעווען די אייגענע לעבן און דאס לעבן פון די קינדער דעמאלט איז גארנישט שווער; קוקט וואס די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטראבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוויסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל – דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, און האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פונקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף די הלכות אין די שבעה נקיים; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'ט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אידן, מיר גלייבן אינעם אייבערשטן און אין די הייליגע תורה, און מיר פרייען זיך מיט די מצוות וואס ער האט אונז דערמיט געהייליגט.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט אויך זוכה זיין צו פארשטיין די הארבקייט פון דעם און זיך פירן בדרך התורה.