תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיינע נייע שיעורים פון גמרא און נ"ך וואס מען האט לעצטנס אנגעהויבן ארויפלייגן אויף "קול ברסלב". בשעת'ן ארבעטן הער איך אויף מיינע עיר פאונס. אמאל פלעג איך אויסהערן יעדע דרשה/שיעור, היינט איז שוין דא ב"ה אזוי סאך שיעורים אז איך קען נישט אניאגן אויסצוהערן אלע שיעורים.
איך האב געזען דעם בריוו פון יום א' פרשת לך ווי דער ראש ישיבה שרייבט אז ער גייט אריין אין חובות אלעס פאר אונז (תלמידים), און דער ראש ישיבה שרייבט אז ער איז אנטוישט אז מ'העלפט אים נישט ארויס.
די סיבה פארוואס ס'איז דא וואס געבן נישט קיין געלט פאר'ן נייעם בנין אין אומאן איז ווייל דער נייער בנין אין אומאן איז זייער ארויס פון געגנט, מ'שמועסט אז ס'איז מער פון 20 מינוט אוועק פון פעדער'ס, ס'איז צו ווייט (ווען ס'איז מערסטענס אוועק פון פעדער 10-5 מינוט וואלט מען מער געגעבן) און אסאך מענטשן ווילן זיין נענטער צום ציון, מ'זאל קענען גיין צום ציון ווען מ'וויל.
דער ראש ישיבה האט זיכער א סיבה פארוואס מען האט גענומען די פלאץ אזוי ווייט, איך האב געוואלט דער ראש ישיבה זאל מיר ענטפערן פארוואס מען האט גענומען אזוי ווייט, און אזוי וועט מען בעזהשי"ת געבן מער.
א גרויסען ש'כח פאר אלעס.
ישעי'
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ישעי' נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען דער רבי האט זיך אריבער געצויגן קיין ברסלב, האט דער רבי געפרעגט איינעם צי עס איז דא א גוטע פלאץ פאר התבודדות, וואו מען קען זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, האט יענער געזאגט פארן רבי'ן אז עס איז דא זייער א גוטע פלאץ ביים עק שטאט, א שיינער הייל, אבער עס איז זייער ווייט אהין צו גיין, האט דער רבי געזאגט: "ווייט? ווי ווייט איז פון מויל ביזן הארץ?" דער רבי האט געוואלט ארויס ברענגען אז מען קען שוין אנהויבן רעדן צום אייבערשטן פונעם ערשטן טריט וואס מען גייט אהין, און אזוי אויך צוריק, דערפאר האט דער רבי געפרעגט וואס איז שייך צו זאגן ווייט? ווי ווייט איז פונעם מויל ביזן הארץ.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר גייען שוין ענדיגן דעם בנין וואס מיר בויען אין אומאן, מיר וועלן האבן א שיינע ווינקעלע, ריינע ד' אמות, וואו מען פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, אן קיין דריידליך און אן קיין פשעטליך. דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, פארן מיר קיין אומאן - אן קיין פשעטליך; דער זאגט דער רבי איז אין "הר ציון", דער זאגט דער רבי איז אין מירון - יעדער מיט זיינע דמיונות, אבער ברוך ה' מיר פאלגן דעם רבי'ן.
דער רבי האט געזאגט: "דעם ערשטן נאכט ראש השנה פיר איך אריבער אלע מיינע מענטשן"; דערפאר פארן מיר קיין אומאן, אבער ווען מען קומט קיין אומאן דארף מען געדענקען אז כדי צו זיין פון רבינ'ס מענטשן דארף מען פאלגן דעם רבי'ן, מען דארף לערנען דעם רבינ'ס ספרים.
וויסן זאלסטו אז צו זיין א ברסלב'ער חסיד, דארף מען לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹך סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; איינער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים פון רבי'ן האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא עַם הָאָרֶץ חָסִיד", איינער וואס לערנט נישט תורה קען נישט זיין קיין חסיד; אזוי אויך איינער וואס לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים, ווי אזוי קען ער זיך פאררופן א ברסלב'ער חסיד.
געלויבט דעם אייבערשטן אז דער קיבוץ ביים רבי'ן ווערט גרעסער און גרעסער - כן ירבו; ווער עס קען גוט רעכענען זעט אז ביז אפאר יאר וועט זיך דאפלען און טריפלען די צאל מענטשן וואס קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ווייל מיט קארגע צוואנציג יאר זענען געווען קוים צוויי טויזנט אידן, ברוך ה' עס האט זיך געדאפלט און געטריפלט, און ביז אפאר יאר וועלן זיין דארט הונדערטער טויזענטער מענטשן. מענטשן גייען אריבער זייער שווערע זמנים - יעדער איז צעבראכן, יעדער איז צעקלאפט, אלע לעכצן נאך א ביסל חיזוק, "און איך הייל זי" - האט דער רבי געזאגט; דער רבי האט חיזוק פאר יעדן איד אין יעדע מצב וואס ער זאל נאר אריבער גיין, דער רבי ברענגט אריין אזא שטארקע אמונה אין אונז, אז מען לעבט ווי אין אן אנדערע וועלט, מען איז פרייליך, מען האט כח אריבער צו טראגן אלע שוועריקייטן.
עס איז זייער שווער פאר מענטשן צו זיין סמוך ונראה צום ציון; ביינאכט קען מען נישט שלאפן ווילאנג די 'נאכט פויגלעך' זענען אויף, צופרי שטייען שוין אויף די ערליכע אידן און עס הייבן זיך אן מנינים סליחות פון גאר פרי בקולי קולות אז עס קומט אויס פאר א מענטש צו שלאפן בקושי צוויי שעה א נאכט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כ:): "וְלֹא הָיְתָה קְרִיאַת הַגֶּבֶר מַגַּעַת עַד שֶׁהָיְתָה עֲזָרָה מְלֵאָה מִיִּשְׁרָאֵל", דאס קען מען זען אין אומאן ווי פארטאגס איז שוין די גאנצע גאס און די שילן פול מיט מענטשן, עס הייבן זיך אן די מנינים מיט די שופרות, דערפאר זענען מיר ארויס געגאנגען אביסל ארויס פונעם גאנצן טאראראם.
ברוך השם מיר קומען נישט קיין אומאן זיך ארום צו דרייען אויף די גאסן, מיר קומען נישט צו פלוני און נישט צו אלמוני, מיר קומען קיין אומאן ווייל דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן. אמת, עס איז טאקע נישט אזוי נאנט צום ציון, אבער מאך זיך א חשבון, די פאר טעג פאר ראש השנה און אויך מוצאי יום טוב נעמט מען א טעקסי, עס נעמט צוויי מינוט פון אונזער פלאץ ביז אונטען ווי די באסעס קומען אן, דארט ביסטו ממש ביים ציון. יום טוב אליינס, מאך זיך א חשבון וויפיל מאל גייט מען יום טוב צום ציון, אויב מען שטייט אויף ביים עלות קומט אויס צו גיין איין מאל א טאג צום ציון, ווייל אכט אזייגער שטעלט מען זיך שוין דאווענען ביז צוויי אזייגער, נאכדעם איז די סעודה, נאך די סעודה איז מנחה און א דרשה, און דער טאג איז אריבער.
איך גיי יעדע שבת פון מיין שטוב ביז ישיבה, א וועג פון פינף און צוואנציג מינוט; מענטשן פרעגן מיר, 'פארוואס ציסטו זיך נישט אריבער נעבן די ישיבה, דו גייסט אזא ווייטע וועג', אבער באמת בין איך זיך מחי', איך קען מיך אביסל אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, דאס איז מיין בעסטע צייט אין טאג - ווען איך גיי צו ישיבה און אויפן וועג אהיים, דעמאלט קען איך זיך אביסל אויסשמועסן מיטן אייבערשטן.
דערפאר איז נישט אזוי געפערליך אז מיר האבן גענומען דעם פלאץ ארויס פון די גאנצע טאראראם, ווייל פאר יום טוב און נאך יום טוב קען מען גיין צום ציון מיט א קאר, און יום טוב קען מען כאפן א שטיקל שפאציר און זיך מתבודד זיין דעם גאנצן וועג ביז צום ציון - סיי אהין און סיי אויפן וועג צוריק.
דאס וואס דו שרייבסט אז מען געבט נישט קיין געלט וכו'; דער אייבערשטער וואס האט מיר געהאלפן ביז יעצט וועט מיר ווייטער אויך נישט פארלאזן און ער וועט מיר ווייטער העלפן. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב געטרייע תלמידים וואס העלפן מיר מיט דאס גרעסטע מסירות נפש וואס איז שייך; געלויבט דעם אייבערשטן אז בזכות די תלמידים וואס העלפן מיר, האלטן מיר אויף א וועג מיטן בנין, איך האב געשריבן דעם בריוו פאר די וואס האבן נאך נישט געגעבן אז זיי זאלן זיך אנשטרענגען צו געבן און אין דעם זכות וועלן זיי האבן גרויס הצלחה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.