שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס דערמאנט מען דעם רבי'ן מיט זיין מאמע'ס נאמען?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב גענומען אביסל צייט נאך מיין ארבעט ביי מיר אין אפיס צו ליינען אייערע בריוון, און איך בין אינגאנצן שאקירט געווארן. איך האב יעצט געליינט וואס איר זענט דורך אין אנהייב פון אייערע וועגן. איר שרייבט דארט אז איר זענט נישט מוחל פאר וכו', און איך וויין מיט מיט אייך. גלייבט מיר איך שרייב מיט טרערן אין די אויגן. איך האב איינמאל געהערט עפעס וועגן אייערע רדיפות אבער איך האב מיך נישט פארגעשטעלט ווי ווייט עס איז געגאנגען.


אגב, יעצט פארשטיי איך עפעס לכאורה. פאר א שטיק צייט בין איך געווען אין אמעריקא, ווען מיין שוואגער האט חתונה געמאכט, (איך האב דאס דערמאנט אין די אנדערע בריוו, איך ווארט נאך אויף אן ענטפער אויב מעגליך), און איר האט דעמאלט געמאכט א קידוש פאר אייער ניי געבוירענע טאכטער נ"י. דאן ביז איך ארויף אין ישיבה צום קידוש, און גלייך ווען איך בין ארויף די טרעפ פון די ישיבה האבן א טייל בחורים אונז (מיינע שוואגערס זענען אויך מיט געקומען) אנגעקוקט מיט אזא מין בליק, עס האט אויסגעזען אז מען איז אונז חושד מיט נישט גוטע כוונות (אזוי האט איינער פון משפחה דאס אויסגעטייטשט). דערנאך ווען מיר זענען אריין אין בית המדרש, האט איר אויך עפעס אזוי מאדנע אונז אנגעקוקט (עכ"פ לפי הנראה), נאר נאך וואס מיר האבן זיך פארגעשטעלט אז מיר זענען משפחה, האט איר מיט אזא רואיגקייט (שחרור) אונז מכבד געווען צו מאכן קידוש.


יעדן טאג באזונדער בלאזט אייערע דרשות אריין אין מיר א רוח חיים, "כמים קרים על נפש עיפה". זאל הקב"ה אייך געבן אסאך געזונטע לאנגע יארן להגדיל תורה לחזק לבבות נשברים, עדי נזכה לביאת משיח צדקנו בב"א.


איך האב א קליינע שאלה, פארוואס דערמאנט מען אין ברסלב די נאמען פון רבי'ן מיט זיין מאמע'ס נאמען "רבי נחמן בן פייגא", אזוי האב איך געזעהן עפעס א תפילה וואס איר געט פאר איינעם מיט מוהרא"ש נאמען אויך בן זיין מאמע.


נאך די הסתלקות זאגט נישט בן דעם טאטנ'ס נאמען?


שמואל פון אר"י

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"ג אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און עפענען א ישיבה וואו מען לערנט מיט די בחורים אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן, און וואו מען באקט אריין אין די בחורים אמונה פשוטה, זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, אטעמען דעם אייבערשטן, און זיי זאלן וויסן אז ווען מען האט א צרה און מען דארף א ישועה איז נישט דא צו וועם צו גיין, נאר צום אייבערשטן אליין.


פארשטייט זיך אז איך האב באצאלט פאר דעם א טייערע פרייז. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואסערע בזיונות איך בין אריבער; מען האט מיר מבזה געווען - מיר מיט מיין ווייב תחי', מען האט אונז גע'רודפ'ט עד לחרמה, נישט איין מאל האט מען געווארפן פאשקעווילן אויף מיר, אלע גאסן זענען געווען ווייס דורך די פאשקעווילן, (אגב, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דעמאלט געזאגט: "פאר יעדע פאשקעוויל וועט זיין נאך א תלמיד"). ברוך השם איך האב געהאט געטרייע תלמידים וואס האבן צוזאמגענומען אלע צעטלעך.


ווען זיי האבן געזען אז מען נעמט צוזאם אלע פאשקעווילן וואס זיי ווארפן קעגן מיר, זענען זיי אויפגעקומען מיט א געדאנק, זיי וועלן ווארפן די פאשקעווילן עטליכע מינוט פארן זמן כניסת השבת, וואס דעמאלט האט דאך קיינער נישט קיין צייט אויפצוהייבן צעטלעך. וכך הוה, זיי האבן אויסגעווארפן צענדליגער טויזענטער כתבי פלסתר קעגן מיר, אבער מיינע תלמידים זענען ארויס אין די גאסן אויפצוהייבן אלע צעטלעך. דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט, נאר געווענליך ווען מען ווארפט צעטלעך בלייבט עס פארשפרייט פאר אפאר וואכן וכו'.


בקיצור, ווען זיי האבן געזען אז פאשקעווילן איז נישט קיין עצה, האבן זיי ארויס געגעבן קונטרסים אנקעגן מיר, און דאס ארום געלייגט אין אלע שולן פרייטאג נאכמיטאג אויף די טישן, כדי ווען דער עולם וועט קומען שבת אין שול וועלן זיי דאס ליינען און אזוי וועט ווערן א שטורעם; למעשה האבן זיך די בחורים שנעל דערוואוסט פון דעם, זענען זיי געגאנגען אין אלע שולן פאר שבת, און דאס צוזאם גענומען.


ווען זיי האבן געזען אז עס איז גארנישט געבליבן אין די שולן, זענען זיי אויפגעקומען מיט אזא פלאן, מען וועט דאס אנגרייטן אין שול אין א באהאלטענע פלאץ, און אינמיטן דאווענען וועט מען עס אויסטיילן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס איך בין אריבער די פאר יאר; איך האב ממש נישט געקענט גיין אין גאס, מען האט מיר נאכגעשריגן, מען האט מיר באזינגען - קינד און קייט, אלע קינדער פלעגן מיר נאכשרייען וכו'; מען האט ארום געשיקט בריוו פאר אלע שכנים אין אידיש און אין ענגליש אז קיינער זאל נישט רעדן צו מיין ווייב תחי'; מען האט געמאכט הפגנות קעגן מיר אויף אן אופן וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען, אז מענער און פרויען זאלן גיין צוזאמען שרייען אין די גאסן קעגן א מענטש; חוץ מזה, יעדן צופרי אין די צייט ווען די קינדער גייען אין חדר איז פארגעקומען הפגנות פון פרויען, מען האט אפגעווארט מיין ווייב תחי' און איר פארשעמט טאג נאך טאג, און קיינער האט זיך נישט אנגענומען וכו'; מען האט ארויס געווארפן מיינע קינדער פון די מוסד וואו זיי האבן געלערנט.


איך האב אביסל מאריך געווען, ווייל דו שרייבסט מיר אז דו האסט נישט געוואוסט ווי ווייט מען האט מיר גע'רודפ'ט. וויסן זאלסטו אז נישט אלעס איז פאסיג צו שרייבן וכו', און איך האב נאך גארנישט געשריבן, (איך האב אפגעשריבן פאר מיר א ספר, וואו איך האב אריינגעשריבן וואס איך בין אלץ אריבער פון ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן - יעדן טאג וואס איך האב געליטן; ווער עס האט דאס געליינט האט זיך געגאסן טרערן פון זיינע אויגן, דו קענסט זיך גארנישט פארשטעלן).


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס מען רופט דעם רבי'ן ביים מאמע'ס נאמען 'בן פיגא', און נישט בן שמחה; דער רבי האט געוואלט מען זאל אים רופן ביים זיין מאמע'ס נאמען, ווייל ער האט זייער מכיר טוב געווען פאר זיין מאמע אז זי האט אים אויפגעצויגן מיט יראת שמים. דער רבי'ס טאטע איז געווען א באהאלטענער צדיק, ער איז געווען רוב צייט גלות ליידן און ער האט זיך נישט געפונען אין שטוב, נאר דעם רבינ'ס מאמע, פיגא די צדיקת - זי האט מגדל געווען דעם רבי'ן, ווען דער רבי איז געבוירן געווארן האט זי אנגעטון א קאפל פארן רבי'ן, און אויך האט זי אפגעגאסן זיינע הענט; זי פלעגט אים נעמען כסדר צום קבר פון איר זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און דארט וויינען אז דער קינד זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, דערפאר האט דער רבי געוואלט מען זאל אים רופן רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו.


יעדעס מאל מען איז מזכיר א נאמען פון א צדיק ברענגט מען אויף זיך ישועות, און דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, חלק ב, סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִין לְהָבִיא שִׁינוּי בְּמַעֲשֵׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמֶר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע"; דערפאר איז א גרויסע זאך אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א ישועה, זאל מען בעטן בזכות הצדיקים שבדורינו, ובזכות הצדיקים אשר בארץ המה.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען קען זאגן בזכות מוהרא"ש, אן מזכיר זיין דעם טאטענ'ס נאמען; וואס איז בכלל די שאלה, מען זאגט נאך פון צדיקים אז ווען מען דערמאנט נאר דעם נאמען פון די שטאט וואו דער צדיק האט געוואוינט, אדער ווי דער צדיק ליגט איז מען שוין מעורר רחמי שמים. למשל אז מען דערמאנט דעם שטאט 'בארדיטשוב' פועל'ט מען שוין א ישועה בזכות דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו.


באמת איז דאס א חז"ל; עס שטייט (משנה יומא ג, א) אז יעדן צופרי ווען מען האט געוואלט מקריב זיין דעם קרבן תמיד של שחר, איז מען ארויף אויבן אין בית המקדש קוקן צי עס ווערט שוין טאג, אויב האט דער ממונה געזען אז עס ווערט שוין ליכטיג, האט ער אויסגעשריגן: "הֵאִיר פְּנֵי כָּל הַמִּזְרָח, עַד שֶׁבְּחֶבְרוֹן", עס איז שוין ליכטיג ביז חברון; וואס עפעס האט ער געדארפט זאגן אויף אזא וועג אז עס איז שוין ליכטיג ביז חברון, זאג סתם אזוי עס איז שוין ליכטיג, נאר זאגט דער ברטנורא: "כְּדֵי לְהַזְכִּיר זְכוּת אָבוֹת, מַזְכִּירִין חֶבְרוֹן", דער ממונה האט געוואלט מעורר זיין די זכות פון די אבות הקדושים אברהם יצחק און יעקב, האט ער דערמאנט דעם שטאט 'חברון' וואס דארט ליגן די אבות הקדושים. זעט מען אז ווען מען זאגט נאר די שטאט וואו דער צדיק ליגט ווערט שוין ליכטיג אין אלע וועלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.