תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב זייער ליב די חיזוקים פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס איז מיר זייער מחזק, און איך פרוביר צו פאלגן וואס איך הער, און זיך שטארקן עס מקיים צו זיין.
עס קומט מיר נישט אן גרינג, אבער איך שטרענג איך אן צו ווערן מער ערליך און וואויל, אבער עס טוט מיר זייער וויי אז אסאך מאל בעט איך דעם אייבערשטן געוויסע זאכן און איך זע נישט אז איך זאל ווערן געהאלפן. בפרט ווען עס קומט צו פרנסה, איך בעט און איך בעט אזוי סאך אויף דעם, און איך זע נישט קיין ישועה, איך מוטשע זיך זייער שטארק, און איך זע נישט אז דער אייבערשטער זאל העלפן מיינע תפלות.
איך פארשטיי אז דאס איז מיין נסיון, און איך טאר זיך נישט צעברעכן, אבער ביז ווי לאנג נאך וועל איך דארפן ווארטן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אמת דו מוטשעסט זיך זייער, דו ארבעסט ביטער שווער צו קענען ברענגען פרנסה, אבער אז דו וועסט אריין טראכטן און צוריק קוקן די אלע יארן: ווער האט דיר געגעבן לעבן? ווער האט דיר מפרנס געווען ביז אהער? וועסטו זען אז דער אייבערשטער הערט אויס דיינע תפילות און געבט דיר לעבן.
א מענטש משל'ט זיך אויס אז דער אייבערשטער וועט אים אויסהערן און אים געבן א פעקל געלט פון מיליאן דאללער, (באמת קען מען דאס אויך באקומען דורך תפילה); מען שטייט און מען ווארט ווען וועט אראפפאלן א פעקל אין די סומע פון כך וכך געלט און מען ווערט צעבראכן ווען מען זעט אז עס קומט נישט אן, אבער מען כאפט נישט און מען לייגט נישט צו קאפ אז למעשה לעבט מען ווייטער און מען גייט אן מיט'ן לעבן; מען האט עסן יעדן טאג, די ווייב און קינדער האבן עסן, ווער געבט דאס אלעס? ווער ברענגט דאס אלעס? דאס קומט אלעס פון די תפילות וואס מען בעט דעם אייבערשטן.
איך בעט דיר זייער, זאג נישט: "דער אייבערשטער הערט נישט אויס מיינע תפילות", זאג נישט: "איך זע נישט קיין ישועה"; קוק אויף צוריק וועסטו זען ווי יעדע תפילה ווערט אויסגעהערט ביים אייבערשטן, די עסן און די קליידער ביז אהער האט דיר דער אייבערשטער געגעבן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו וואס ער טייטשט דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", אז א מענטש וויל זען דעם אייבערשטן ווי אזוי ער וועט אים העלפן - דאס קען מען נישט זען, אבער אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן. מיט דעם טייטשט ער: "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי" – קוק אויף צוריק, וועסטו מיר קענען זען, קוק וואס פאר א חסדים איך האב געטון מיט דיר ביז יעצט, וועסטו מיר זען; אבער "וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ" – וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה? דאס ווייסט מען נישט און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס, מען דארף גלייבן און ווארטן, האפן און בעטן.
זיי מכבד דיין ווייב און רעד צו איר שיין; זאלסט קיינמאל נישט שרייען אויף איר, און חס ושלום נישט פארשעמען און טשעפען, וועסטו זוכה זיין צו האבן עשירות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע פרנסה קומט בזכות די פרוי, אז מען רעדט שיין צו די ווייב איז מען זוכה צו זיין רייך; זוך נישט צו זיין גערעכט, עס איז א גרויסע רחמנות אויף די מענטשן וואס קריגן זיך טאג און נאכט. ענדערש געב נאך ווי איידער זיין גערעכט.
א ליכטיגן חנוכה.