תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל שרייבן עפעס וואס טוט מיר וויי שוין א לאנגע צייט; איך לעב ברוך ה' זייער אין גוטן מיט מיין ווייב, מיר רעדן זייער שיין, און מיר האבן ברוך ה' א גוטע לעבן און ליבשאפט אינאיינעם, אבער עס איז דא איין זאך וואס טוט מיר זייער וויי, און דאס זעלבסט אז עס טוט מיר וויי, דאס אליין טוט מיר זייער וויי, ווייל דאס מיינט אפשר אז איך האב נישט קיין שלום בית.
מיין ווייב טוט גארנישט אינדערהיים, איך וואש די וועש, איך וואש די געשיר, דאס נישט קיין גוזמא, איך טו דאס אלעמאל אינדערהיים, און דאס טוט מיר זייער וויי.
צום ביישפיל היינט איז נישט געגאנגען צו די ארבעט, זי איז נישט געווען אין א גוטע גיסטע, און איך האב איר געבעטן זי זאל מיר מאכן א סורפרייז און וואשן די געשיר, טרוקענען די וועש וואס איך האב געוואשן, און אריינלייגן נאך וועש צו וואשן. זי האט מיר געזאגט אז זי וויל קודם גיין צו איר מאמע, כאטש וואס איז נישט געווען דעמאלט אינדערהיים, און דערנאך וועט זי אהיימקומען און עס טון. למעשה איז זי געגאנגען אין געשעפט איינקויפן מיט איר שוועסטער פאר צוויי שעה. איך האב נישט קיין פראבלעם אז זי זאל הנאה האבן, איך וויל אבער אז זי זאל אויך עפעס צולייגן א האנט אין שטוב.
איך האלט זיך איין א גאנצן צייט פון איר צו זאגן עפעס וועגן דעם, איך שפיר אבער ווי איך ווער צעפלאצט פון דעם, איינער דארף איר זאגן וואס זי האט צו טון. איך ווייס אז איך דארף איר עס נישט זאגן, אבער ווער יא?
איך וועל זיך זייער פרייען אויף אן ענטפער, זאל עס זיין מוסר אדער חיזוק, איך וויל וויסן וואס איך דארף צו טון, דארף איך תשובה טון? דארף איך מתפלל זיין אויף דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, וואס הייסט אז דיין ווייב טוט גארנישט אין שטוב? דו שרייבסט דאך אז זי ארבעט; זייט ווען דארף א פרוי גיין ארבעטן און ברענגען פרנסה? א פרוי האט נישט קיין חיוב צו ברענגען פרנסה; מהיכא תתי, אויב א פרוי וויל העלפן איר מאן גיין ארבעטן, העלפן מיט פרנסה - וואויל איז איר, אבער גיין זאגן אז זי טוט גארנישט? זי ארבעט דאך! זי ברענגט דאך פרנסה!
אויף דעם גייסטו שוין אויספלאצן? וואס איז מיט דיר, דאס איז א פראבלעם? דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א גוטע לעבן מיט איר, און אז זי היט דיך פון עבירות. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען. פארציילט די גמרא, רב האט געפרעגט פון רבי חייא: "הָא קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ לְמַר", זי איז דאך דיר מצער, פארוואס ברענגסטו איר די גוטע זאכן? האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", מיר איז גענוג אז זי ציט אויף די קינדער, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ראטעוועט מיך פון עבירות; זעט מען פון דעם ווי אזוי די הייליגע תורה זאגט אונז צו קוקן אויף די ווייב, און ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.
מיט גוט קוקן און מיט סבלנות - קומט מען אן גאר ווייט, מיט אסאך גוטע ווערטער, מיט אויסלויבן - זעט מען וואונדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אשה גולם היא", און זי איז "כורת ברית", זי ווערט איינס - "אלא למי שעשאה כלי", נאר מיט דעם מאן וואס מאכט איר פאר א כלי; מוהרא"ש זאגט פשט, דער וואס בויט אויף די ווייב און מאכט איר פאר א כלי, פון א שברי כלי מאכט ער איר פאר א גאנצע זאך, מיט אויסרימען מיט גוטע ווערטער, מיט שמייכלען וכו' - מיט דעם מאכט מען איר פאר א כלי, מען מאכט א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, און מען האט אלע ברכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.