תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב א קשיא צום ראש ישיבה, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר דאס ענטפערן, ווייל איך פרעג עס באמת נישט לקנטר, נאר ווייל איך וויל טאקע פארשטיין.
דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז ברסלב איז נאר תורה און תפלה און די אלע עצות פון הייליגן רבי'ן, און די אלע משוגעים וואס כאפן זיך אן אין ברסלב, זענען באמת נישט ברסלב. מיין קשיא איז פארוואס די אלע שלעכטע מענטשן און משוגעים כאפן זיך אן דוקא אין ברסלב, פארוואס כאפן זיי זיך נישט אן אין אנדערע חסידות'ן, דאס ווייזט דאך יא אז עפעס ליגט דא אונטער דעם.
איך האף דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.
יישר כח, מנחם
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מנחם נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט איז דער ס"מ געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, גיי זוך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקער אן איינגעבויגענער, זיי האבן זייער געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה, און די נשמה קען שוין אראפ קומען אויף דער וועלט.
וואס איז די עצה פונעם ס"מ? מוהרא"ש זאגט אז זיין עצה איז אז ער פארשעמט דעם רבי'ן; דאס וואס מיר ליידן ביז היינט פון דעם וואס מענטשן מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים און מטורפים, דאס איז אלץ א מניעה וואס דער ס"מ שטעלט אוועק אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב, מען זאל נישט לערנען דעם רבינ'ס ספרים און מען זאל זיך צוריק האלטן פון האבן שייכות מיט ברסלב'ער חסידים.
דו ביסט גערעכט מיט דעם וואס דו שרייבסט אז עס זענען דא אסאך אינטערעסאנטע מענטשן וואס פאררופן זיך "ברסלב'ער"; ליידער האבן זיך צוגעקלעבט צו ברסלב כל מיני משוגעים און אינטערעסאנטע באשעפענישן וואס טאנצן אין די גאסן, בפרט די נייע צרה פון נ' נח' וכו'. דאס מאכט א שרעקליכער שלעכטער נאמען אויפן הייליגן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים, און דאס איז גורם אז זייער אסאך מענטשן האלטן זיך אפ פון לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און מקורב ווערן צום רבי'ן.
מען דארף אבער וויסן אז אזוי ווי יעדע זיסע פרוכט האט אויף זיך א הארטע שאלאכטץ, און ווען מען נעמט אוועק דעם שאלאכטץ האט מען א געשמאקע זיסע פרוכט; אזוי אויך, ווען א מענטש איז זוכה צו נעמען די שכל פון הייליגן רבי'ן, ער לערנט די ספרים פון רבי'ן, דאס איז בעסער פון אלע תענוגים וואס איז נאר דא אויף דער וועלט, ווייל דער רבי האט עצות און חיזוק פאר יעדן איינעם און יעדע מצב. ווער עס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים דער דארף שוין גארנישט, ער לעבט נאך אויף דער וועלט ממש ווי אין גן עדן.
דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה די זאך פון התבודדות; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און הייבט אן זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, ער דערציילט אלעס פארן אייבערשטן אזוי ווי ער וואלט דאס דערציילט פאר א גוטער חבר, דער מענטש איז דער גליקליכסטער מענטש, ביי אים ווערט מקוים דאס וואס שטייט (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכְכֶם, וְהָיִיתִי לָכֶם לֵאלֹהִים וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי לְעָם", זאגט אויף דעם רש"י: "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן כְּאַחַד מִכֶּם וְלֹא תִּהְיוּ מִזְדַּעְזְעִים מִמֶּנִּי".
עס איז נישט דא קיין זיסערע זאך ווי ווען א מענטש שפירט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, ער שפירט ווי עס איז מלא כל הארץ כבודו און ער רעדט מיטן השם יתברך פנים אל פנים. וואויל איז אים אויף דער וועלט און וואויל איז אים לעולם הבא.
דער אייבערשטער זאל שוין בקרוב ברענגען משיח צדקינו, דעמאלט וועט מען זען אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, אזוי ווי עס גייט דער ניגון וואס מען זינגט אין ברסלב, וואס ר' נתן פלעגט זינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט מען זען ווען משיח וועט קומען"; ווייל משיח וועט אויסלערנען צו רעדן צום הייליגן באשעפער, יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה' לְעָבְדוֹ שְׁכֶם אֶחָד", און יעדער וועט אוועק ווארפן די געלט, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו ב, כ): "בַּיּוֹם הַהוּא יַשְׁלִיךְ הָאָדָם אֵת אֱלִילֵי כַסְפּוֹ, וְאֵת אֱלִילֵי זְהָבוֹ"; דאס אלעס טוט דער רבי מיט אונז שוין יעצט, דער רבי לערנט מיט אונז מיר זאלן נאר גיין צום אייבערשטן.