תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם האב איך געוואלט זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוק, דאס אז איך האב שלום בית איז נאר בזכות דעם ראש ישיבה, איך און מיין ווייב מיט די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטען; דאס אז איך מאך אויף א אידיש ספר יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה מיט רש"י, ח"י פרקים משניות, עטליכע דפים גמרא, איז נאר בזכות דעם ראש ישיבה; אלס בחור פלעג איך לערנען גאנצע נעכט אבער נאך מיין חתונה האב איך ממש נישט אויפגעמאכט קיין ספר; און אזוי ווייטער קען איך אויסרעכענען פילע זאכן וואס מיין לעבן איז גוט געווארן בזכות די שיעורים.
און יעצט צו מיין שאלה, איך הער דעם ראש ישיבה'ס שארפע שיעורים איבער כיבוד אב ואם, און איך טראכט צו זיך אז אויב דער ראש ישיבה וואלט מיטגעמאכט מיט זיין טאטע דאס וואס איך האב מיטגעמאכט אינדערהיים, וואלט דער ראש ישיבה ענדערש מער מחזק געווען די בחורים וואס ליידן פון זייערע עלטערן, דער ראש ישיבה וואלט אנשטאט דעם געגעבן די שארפע שיעורים פאר די טאטעס.
יארן לאנג פלעג איך זיצן כמעט ביי יעדע שבת'דיגע סעודה אין מיין שלאפצימער אין דארט וויינען, ווייל מיינע עלטערן פלעגן מיך רצח'נען, שלאגן, און פארשעמען. איך פלעג זיך עפעס אמפערן מיט מיין ברודער, און זיי האבן נאר מיך אנגע'הרג'ט די ביינער און זיי האבן אים פשוט מער ליב געהאט פון איך.
איך פלעג האבן א באזונדערע הנאה אויסצוטון מיין קאפל, ווייל איך האב נישט געוואלט האבן שייכות מיט עפעס וואס האט שייכות מיט מיינע עלטערן.
היינט פיר איך זיך אויף מיט דרך ארץ צו מיינע עלטערן, נאר א דאנק דעם ראש ישיבה'ס חיזוק אויף דעם, אבער בעצם פיל איך אפשר וואלט איך זיי געדארפט פארהאלטן אז איך בין געבליבען א בעל מום בנפש ביז'ן היינטיגן טאג און איך לייד פון דעם צוליב זייער אכזריות, אזוי ווי מהרא"ש האט מסביר געווען ביים הספד אויף לייבי קלעצקי ע"ה אז ווען מען צעברעכט און רצח'ט א קינד בלייבט ער א בעל מום בנפש און אפגע'שחט'ן פאר זיין גאנץ לעבן. אויך פלעג איך זוכן צו באקומען ליבשאפט פון אנדערע קינדער אויף נישט געזונטע וועגן, ווייל איך האב נישט באקומען קיין שום ליבשאפט אינדערהיים.
דאס אז איך בין היינט נאך ביים זינען, דאס וואס איך בין נאך היינט ביים אייבערשטן, איז נאר ווייל דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיר געשיקט א קארטל מיט די נומער פונעם "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, און איך האב אנגעהויבן הערן שיעורים פונעם ראש ישיבה, וואס נאר דאס האט מיר געשטעלט אויף די פיס.
חז"ל זאגן אין מסכת קידושין אז א טאטע וואס טוט פארשידענע זאכן צום קינד, איז עובר אויף לפני עור לא תתן מכשול, ווייל דער טאטע מיט זיין אכזריות און שלעכטע מידות צווינגט דאס קינד צו זיין א מחוצף קעגן אים.
פארוואס איז דאס קינד אן אויסוואורף ווען ער פרובירט צוריק צו ענטפערן זיינע עלטערן? אפשר ביי דעם גייט אן הבא להרגך השכם להרגו?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו פרעגסט פארוואס איז דאס קינד אן אויסוואורף ווען ער ענטפערט צוריק זיין טאטע? ווייל די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", די תורה זאגט (ויקרא יט, ג): "אִישׁ אִמּוֹ וְאָבִיו תִּירָאוּ", מען דארף מורא האבן פון טאטע און מאמע; מען טאר זיי נישט ענטפערן, מען דארף מורא האבן פון זיי.
אז מען האט א טאטע מאמע וואס שרייען און פייניגן - האבן די קינדער נישט קיין רעכט צו מזלזל זיין אין זיי; מען טאר נישט ענטפערן פאר א טאטע, זאל דער טאטע שרייען, שלאגן און שפייען אויפ'ן קינד - טאר מען נישט פארשעמען דעם טאטן, מען דארף שווייגן און דאס אננעמען.
ווייסטו בכלל אז עס איז דא שלחן ערוך אויף הלכות כיבוד אב ואם? לאמיר לערנען אינאיינעם הלכות כיבוד אב ואם, דער הייליגער שלחן ערוך פרעגט (יורע דעה סימן רמ, סעיף ג): "עד היכן מוראם?" ביז וויפיל דארפן קינדער ליידן פון עלטערן, זיי נישט ענטפערן און נישט פארשעמען? זאגט דער מחבר: "היה הבן לבוש חמודות" אפילו ווען דער קינד גייט אנגעטון שיינע קליידער, "ויושב בראש הקהל" און ער איז גאר דער ראש הקהל, "ובאו אביו ואמו וקרעו בגדיו" און זיין טאטע אדער מאמע קומט און צערייסט אים זיינע שיינע קליידער, "והיכוהו על ראשו" זיי שלאגן אים אין קאפ, "וירקו בפניו" זיי שפייען אויף אים, "לא יכלים אותם" טאר מען זיי נישט פארשעמען, "אלא ישתוק" מען דארף שווייגן, "ויירא מן מלך מלכי המלכים שציוהו בכך" און מורא האבן פונעם אייבערשטן וואס האט אונז געהייסן מורא האבן פון זיי; דער אייבערשטער הייסט אונז מורא האבן אפילו ווען די עלטערן פייניגן, אפילו ווען די עלטערן זענען נישט קיין געזונטע; קינדער טארן נישט רעדן קעגן עלטערן, זאל זיין וואס זאל זיין.
קיינער בארעכטיגט נישט די עלטערן וואס זענען אכזרים צו די קינדער, און אויב קינדער האבן עלטערן וואס פירן זיך אויף מיט אכזריות, וואס געווענליך מאכט זיך דאס ביי עלטערן וואס זענען נישט געזונט גייסטיש, ביי דעם זאגט אונז די הייליגע תורה פינקטליך וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן, דער מחבר זאגט (שם, סעיף י): "מי שנטרפה דעת אביו או אמו" אויב די עלטערן זענען נעבעך בארירט געווארן, "משתדל לנהוג עמהם" דארפן די קינדער פרובירן זיי מכבד זיין, "כפי דעתם" לויט זייער וועג, "עד שירוחם עליהם" ביז דער אייבערשטער וועט זיך מרחם זיין אויף זיי, "ואם אי אפשר לו לעמוד" און אויב איז נישט מעגליך צו זיין מיט זיי, "מפני שנשתגעו ביותר" ווייל זיי זענען זייער שטארק נישט ביים זינען, "ילך לו ויניחם" זאלן די קינדער אוועקגיין פון זיי, "ויצוה לאחרים לנהגם כראוי" און די קינדער זאלן בעטן אנדערע זאלן זיי באדינען.
וואויל איז דעם וואס פירט זיך אויף מיט דרך ארץ צו די עלטערן, וועט ער עסן די פירות, די גוטע שכר - אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.