תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
דער ראש ישיבה רעדט יעצט אזוי סאך פון תשובה, און איך וועל זאגן דעם אמת אז איך בין זייער דאנקבאר אז דער ראש ישיבה געבט א וועג פון תשובה וואס מען קען טון, מען מוז נישט קייען שטיינער, מען זאגט פאר'ן אייבישטער אז מ'וויל זיין גוט.
איך ווייס אבער נישט וואס צו טון, ראש השנה איז אריבער, און עס האט זיך אנגעפאנגען ביי מיר "עשרת ימי עבירה", איך האב באקומען אזא פייער אין מיר, דער יצר הרע ברענט אין מיר, און איך טו צעדרייטע זאכן. וואס גייט פאר מיט מיר? איך ציטער אז דער אייבערשטער זאל מיך נישט פארשרייבן א שלעכטע יאר.
איך האב געטראכט אז אפשר וועגן דעם הייסט עס "עשרת ימי תשובה" ווייל מען האלט אין איין פאלן און זינדיגן, האט מען נישט קיין ברירה, נאר מען מוז זאגן א גאנצן טאג "באשעפער, מיינסט איך וויל זינדיגן?"
איך האב נישט קיין כח און קיין מח, אפשר דאס איז פשט ווייל מען האלט אין איין תשובה טון, אבער איך בין זייער צובראכן און דערציטערט אז פונקט אין די טעג וואס איך האב געמיינט אז איך וועל מיך צוריקקערן און אויפהערן טון שלעכטס, דוקא אין די טעג ווען אפילו די מלאכים ציטערן, טו איך אזויפיל עבירות. וואס זאל איך טון ?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען טאר נישט זאגן די ווערטער וואס דו זאגסט: "עשרת ימי ..."; דאס איז ליצנות געמאכט פון די הייליגע תורה.
די הייליגע חכמים זאגן (יבמות מט:) אויפ'ן פסוק (ישעיה נה, ו): "דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ, קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב", 'אָמַר רַב נַחְמָן אָמַר רַבָּה בַּר אֲבוּהָ, אֵלּוּ עֲשָׂרָה יָמִים שֶׁבֵּין רֹאשׁ הַשָׁנָה לְיוֹם הַכִּפּוּרִים', די צען טעג צווישן ראש השנה און יום כיפורים איז א צייט וואס מען קען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; דער אייבערשטער ווארט מען זאל תשובה טון, מען זאל אפלאזן די שלעכטע מעשים.
טו תשובה; אז דו וועסט תשובה טון וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין. א גאנץ יאר קען מען תשובה טון, אבער יעצט, אין די צייט צווישן ראש השנה און יום כיפורים - איז טעג פון רחמים, אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (פרק ב' מהלכות תשובה, הלכה ו): אַף עַל פִּי שֶׁהַתְּשׁוּבָה וְהַצְּעָקָה יָפָה לָעוֹלָם, בַּעֲשָׂרָה הַיָּמִים שֶׁבֵּין רֹאשׁ הַשָּׁנָה וְיוֹם הַכִּפּוּרִים הִיא יָפָה בְּיוֹתֵר וּמִתְקַבֶּלֶת הִיא מִיָּד, שֶׁנֶּאֱמַר (ישעיה נה, ו): "דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ, קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב", אין אלע צייטן קען מען תשובה טון, אבער אין די צען טעג ווערט די תשובה גלייך אנגענומען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א חתימה טובה.