תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח אויף די געוואלדיגע שיעורים און בריוו, זיי זענען פאר מיר א בחינה פון מים קרים על נפש עייפה, איך בין זיך זייער מחזק און איך פארבעסער זיך אסאך דורך דעם.
איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי מען קען וויסן א חילוק צי א קינד טוט נישט וואס מען האט אים געהייסן ווייל עס איז אים באמת שווער דאס צו טון, אדער נאר ווייל ער נוצט אויס די שוואכקייט פון די עלטערן?
איך קען אמאל הערן ווי דאס קינד זאגט, "טאטי וועט הייסן צוויי דריי מאל, און נאכדעם וועט ער פארגעסן", אדער "איך וועל ווארטן ביז מאמי האט שוין נישט קיין כח, און איך וועל עס נישט דארפן טון", ווען איך זע אז דאס קינד טוט נישט וואס מען האט אים געהייסן, ווי אזוי ווייס איך פארוואס ער טוט עס נישט?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
לערן אויס דיינע קינדער אז מען דארף פאלגן טאטע מאמע, חינוך איז נישט גרינג אבער עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין דעם. קינדער וועלן פרובירן מיט אלע וועגן זיך ארויסצודרייען פון העלפן און פאלגן, אבער ווען די קינדער זעען אז די עלטערן זענען שטארק, די עלטערן שטייען שטארק אויף דרך ארץ און אויף פאלגן - וועלן זיי פאלגן און העלפן.
מען דארף קענען צעטיילן שלעכט און שטרענג, שלעכט איז נישט שטרענג און שטרענג איז נישט שלעכט, אז מען זאגט פאר די קינדער זאלן העלפן און פאלגן, דאס איז נישט שלעכט, דאס איז ריכטיג, און אז די קינדער וויינען און פארפירן - טאר מען נישט ווערן שוואך, נאר ווייטער מחנך זיין צו טון וואס איז ריכטיג, אבער אין די זעלבע צייט טאר מען נישט וויי טון קינדער, זיי אונטער רייסן, לאכן פון זיי, און זיי טשעפענען, און חס ושלום דערשרעקן די קינדער.
פארלייג זיך אויף חינוך, דאס זאל זיין ביי דיר די גרעסטע עבודת השם. די תורה זאגט (בראשית כח, יא): "וַיִּקַּח מֵאַבְנֵי הַמָּקוֹם", יעקב אבינו האט גענומען שטיינער ארום זיין קאפ, זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה סח, יא): "רַבִּי יְהוּדָה אָמַר שְׁנֵים עֶשְׂרֵה אֲבָנִים נָטַל", יעקב אבינו האט גענומען צוועלף שטיינער, "כָּךְ גָּזַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, שֶׁהוּא מַעֲמִיד שְׁנֵים עָשָׂר שְׁבָטִים", ווייל ער האט געזען ברוח הקודש אז ער גייט אויפשטעלן צוועלף שבטים, און פון די שטיינער האט ער געבויט די מזבח (בראשית כח, יח).
"מעשה אבות סימן לבנים" (עיין תנחומא לך לך, סימן ט), יעקב אבינו לערנט אונז, ווען א מענטש וויל דינען דעם אייבערשטן, ער וויל בויען א מזבח, ער וויל מקריב זיין קרבנות - זאל ער אריינלייגן ארבעט אין חינוך הבנים והבנות, די מזבח פון א איד דארף זיין זיינע קינדער, חינוך הבנים והבנות איז די גרעסטע עבודה, דאס איז אזוי ווי מקריב זיין קרבנות, דאס איז די העכסטע עבודה. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "ביי מיר איז חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער אזוי ווי תיקון חצות"; רבי נתן זכרונו לברכה האט געוואלט גיין שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, אבער אזוי ווי ער האט געהאט א שטוב מיט קינדער, פלעגט ער ווארטן זיי זאלן אהיים קומען פון חדר, וואס דעמאלט פלעגט ער זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע און אנגרייטן נעגל וואסער, און דאס האט אים געשטערט פון גיין שלאפן פרי, האט ער געזאגט אז דאס איז ביי אים אזוי חשוב פינקט ווי די עבודה פון זאגן חצות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.