תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א פרוי, און איך וויל אויך דאווענען דריי מאל א טאג, לייגן טלית און תפלין, און טון אלע מצות פונקט ווי די מענער. איך קום פון זייער א פרומע שטוב, מיין טאטע האט אלעמאל געטון אלע מצות מיט גרויס ברען, און איך שפיר אז איך וויל אויך האבן די העכערקייט וואס מ'שפירט אין דעם. אסאך מאל טראכט איך אוועקצולייגן געלט און זיך קויפן שטילערהייט תפלין און עס אנטון אינדערהיים ווען קיינער זעט נישט.
איך שעם זיך צו רעדן צו מיין מאן וועגן דעם, און איך ווייס נישט וואס צו טון, און איך האף איר וועט מיר קענען העלפן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
ווער לאזט אייך נישט דאווענען און טון אלע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן?! פרויען זענען אויך מחיוב צו דאווענען; אדרבה, אז עס ברענט אייך אזוי שטארק צו טון דעם רצון השם זאלט איר דאווענען צום אייבערשטן און אים בעטן פאר אייך, פאר אייערע דורות און פאר אלע אידן.
דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון אידישע פרויען. מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אזא דיבור: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט; פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי האט מחשיב געווען די תפילות פון פרויען.
פרויען זענען גאר נישט ווייניגער ווי די מענער; אויב עפעס זענען די פרויען חשוב'ער ווי די מענער, ווייל אין זייער זכות ציט זיך ווייטער כלל ישראל. אז דער אייבערשטער זאגט אז פרויען זענען פטור פון מצוות עשה'ס מיינט דאס נישט צו זאגן אז זיי זענען ווייניגער וכו' נאר דאס איז דער ווילן פונעם אייבערשטן, אז די מצוות וואס האט צוטון מיט א צייט זענען מענער מחיוב און פרויען פטור.
נעמט ארויס פון אייער קאפ די זאך פון תפילין. פרויען זענען פטור פון אנטון תפילין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט ( הרמ"א באורח חיים סימן לח, סעיף ג) אז אויב א פרוי וויל אנטון תפילין דארף מען איר צוריק האלטן דערפון; טלית ותפילין איז נאר פאר א מאן.
אנשטאט זוכן מצוות וואס זענען נישט שייך פאר פרויען זאלט איר זיך פרייען מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר פרויען - מגדל זיין קינדער לעבודת השם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער האט צוגעזאגט שכר פאר פרויען מער ווי פאר די מענער ווייל אין זייער זכות איז דא תורה ביי כלל ישראל; זיי שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה און ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען תורה.
דער עיקר זאלט איר זען צו זיין פרייליך מיט וואס איר האט וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.