תוכן השאלה
שלום וברכה,
איך הער אויס אייערע ווארעמע שיעורים, עס איז ממש "דברים היוצאים מן הלב נכנסין אל הלב", איר האט א מורא'דיגער אידישער חן אין אייערע ווערטער, ווער עס הערט עס אויס - אויך מיינע חברים נישט קיין ברסלבער חסידים - האט א משיכה צו די שיעורים און ווילן הערן נאך און נאך.
וויל איך זיך קודם זייער באדאנקען פאר אייך, און איך וויל אויך מקדים זיין אז איך פרעג נישט ע"מ להקניט אדער עפעס, אייערע שיעורים האבן מיר גוט אויסגעשאקלט מיינע יסודות אין ברסלב וואס איך בין אויפגעוואקסן אין דעם, און איך בין ממש פון פריש געווארן מקורב צום רבי'ן און איך וויל באמת ובתמימות פארשטיין די פאלגענדע נקודות.
דער הייליגער רבי האט אזויפיל תורות און נקודות וואס איר רעדט נישט ארום פון דעם אין אייערע טייערע דרשות. ווי למשל חצות, אזמרה (-רפ"ב), ניגונים/מנגנים כשרים, רצוא ושוב, לעבן נאר מיט די הווה און נישט איבערטראכטן וואס ס'איז געווען וכו' וכו'. איך בין זיכער אז דער ראש ישיבה ווייסט בעסער פון מיר...
פארוואס רעדט איר נישט ארום וועגן דעם? איר רעדט אסאך פון התבודדות און דרך הלימוד, וואס איז מיט נאך זאכן? דער רבי איז דאך אן אוצר פון יראת שמים וואס אלעס ליגט ביי אים.
נאך א נקודה, דער רבי זאגט "ממני ועד משיח לא יהיה חדשות", פון מיר ביז משיח וועט זיך נישט זיין קיין נייעס, איז דאך קלאר פון דעם וואס ר' נתן זאגט אז דער רבי האט געמיינט אז נאך אים וועט נישט זיין נאך א צדיק ביז משיח.
ר' אברהם ב"ר נחמן האט געזאגט: "עס איז דא איין רבי, און איין תלמיד (ר' נתן) עד ביאת משיח, פון דעמאלט וועט זיין נאר אין א וועג פון "תלמידים יעשו תלמידים", לאור די יסוד אין ברסלב ווייס איך נישט אין וועלכע נקודה אוועק צושטעלן מוהרא"ש? דער צדיק איז דער רבי, דער תלמיד איז ר' נתן, איז וואס איז מוהרא"ש?
המודה בכל לב, אויף פיל הרהורי תשובה און התחלה מחדש ובהתהלהבות בעבודת השם בזכות אייערע שיעורים.
נחמן
ירושלים תובב"א
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד נחמן נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האב זייער הנאה אז דו ביסט זיך מחזק מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות וואס די עצות וועט משיח אריין ברענגען אין דער וועלט.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישט דא קיין חילוק, און אלע גוטס וואס משיח וועט אריינברענגען אין דער וועלט, קען איך אויך טון, נאר איין חילוק איז דא, אז משיח וועט מען פאלגן און ביי מיר איז נאך דא א בחירה".
דו פרעגסט מיר פארוואס מען רעדט אין ישיבה נאר פון תורה ותפילה, דער רבי האט דאך נאך אסאך גוטע עצות, פארוואס רעדט מען נישט פון אלע זאכן; קוק וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מען דארף גארנישט טון, נאר 'דאווענען לערנען און דאווענען'"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען זאל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן. עס איז נישט דא קיין איין תורה אין ליקוטי מוהר"ן וואס דער רבי זאל נישט רעדן פון תורה ותפילה, ווייל ווען א מענטש לערנט יעדן טאג תורה, און ער איז זיך מתבודד, וועט ער זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.
ר' אברהם בן רבי נחמן פלעגט זאגן: "דער עיקר דארף מען מחזק זיין א מענטש אז ער זאל מאכן התבודדות, ער זאל רעדן צום אייבערשטן און יעדע זאך פארציילן פארן אייבערשטן, און איינמאל דער מענטש רעדט צום אייבערשטן וועט ער שוין אליינס זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן"; דערפאר דארף מען דער עיקר מחזק זיין א מענטש אז ער זאל רעדן צום אייבערשטן און לערנען תורה, און איינמאל ער איז דבוק אינעם אייבערשטן און ער לערנט תורה, וועט ער שוין אליינס זען אלע עצות ווי אזוי ער זאל זיך פירן, און ער וועט צו קומען צו אלע זיינע מדריגות.
בפרט ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן דארף מען וויסן אז מען קען נישט זיין מקורב צום רבי'ן נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים - ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספורי מעשיות און ספר המידות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְא עַם הָאָרֶץ חָסִיד"; ממילא, אויב מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים און מען איז נישט מקיים זיינע הייליגע עצות האט מען נישט קיין שום שייכות מיטן רבי'ן.
רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה האט אמאל געכאפט א היטש (טרעמפ) מיט איינעם יוסל פאראנטשיק; אזוי שמועסנדיג זאגט ער פאר רבי נחמן טולטשינער: "איך האב געקענט דעם רבי'ן", און ר' נחמן טולטשינער האט אים מקנא געווען, נאכדעם איז ער געקומען צו ר' נתן און ער האט אים געזאגט אז ער האט געטראפן א איד יוסל פאראנטשיק וואס ער האט געקענט דעם רבי'ן, זאגט אים ר' נתן: "יוסל פאראנטשיק האט נישט 'געקענט' דעם רבי'ן, ער האט 'געזען' דעם רבי'ן, דו 'קענסט' דעם רבי'ן, ווייל דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן", אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; קומט אויס אז איינער וואס לערנט די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן, - דער קען דעם רבי'ן, און ער איז א ברסלב'ער חסיד. אבער אז מען לערנט נישט די ספרים האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.
ווען איך האב פארציילט פאר מוהרא"ש אז מיר האבן געקויפט א בענקל וואס זעט אויס פונקט ווי דעם רבינ'ס בענקל וואס געפונט זיך אין שול אין מאה שערים און מיר נוצן דאס פאר א כסא של אליהו הנביא, האט מוהרא"ש מיר געזאגט אז איך זאל זאגן פאר יעדן איינעם אז דאס איז די עכטע בענקל פון רבי'ן, און דאס וואס געפונט זיך אין שול אין מאה שערים איז די נאכגעמאכטע; ווייל אז מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים, און מען האט נישט קיין שיעורים בכל התורה כולה אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, מען איז נאר פארנומען צו רעדן א גאנצן טאג פונעם "רבינ'ס זאך" - וואס איז יא "דעם רבינ'ס זאך", און "דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך", קענסטו האבן דעם בענקל, אבער דער רבי איז נישט דארט.
דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן: "ווען דו שרייבסט חידושי תורה און דו קומסט אן צו שרייבן פון 'אמונה' אדער 'צדיק' זאלסטו אויסשפרייטן דעם פענע"; דאס הייסט, דו זאלסט שרייבן אסאך איבער דעם נושא, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ, דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַּה בֵּיהּ, דַּעַת קָנִיתָ מַה חָסַרְתָּ דַּעַת חָסַרְתָּ מַה קָנִיתָ", אויב האט מען אמונה האט מען שוין אלעס, און אז מען האט נישט קיין אמונה האט מען גארנישט.
דערפאר דארף מען אסאך רעדן פון התבודדות און פון לימוד התורה, ווייל דאס איז דער שליסל ווי אזוי מען קומט אן צו אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְך בְּפִי, הַיְנוּ עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", און ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן, און צום אייבערשטן - ווערט ער איינס מיטן אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן לג): "עַל-יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", ווען א מענטש האט אמונה און ער גלייבט אינעם אייבערשטן, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות.
דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה"; און ווען דער רבי האט זיך אריין געצויגן קיין אומאן, האט דער רבי געהאלטן אין איין רעדן נאר פון אמונה; ווייל ווען א מענטש האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און קיין שום זאך פירט זיך נישט אליין, נאר דער אייבירשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶי יִתְבָּרַ כְּלָל, איז אים אלעס פיין און אלעס גוט.
דאס וואס דו פרעגסט אז דער רבי האט געזאגט: "מִמֶּנִּי עַד מָשִׁיחַ, כְּבָר לֹא יִּהְיֶה חֲדָשׁוֹת", און דאס מיינט אז עס וועט מער נישט זיין נאכן רבי'ן קיין צדיקים; חס ושלום נאך צו זאגן אזא ווארט בשם ר' נתן, דאס איז ממש כפירות, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח.): "אָמַר רֶבִּי חִיָיא בַּר אַבָּא אָמַר רֶבִּי יוֹחָנָן: אֵין צַדִּיק נִפְטָר מִן הָעוֹלָם עַד שֶׁנִּבְרָא צַדִּיק כְּמוֹתוֹ", נאך זאגן חז"ל (שם): "וְאָמַר רֶבִּי חִיָיא בַּר אַבָּא אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן: רָאָה הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא שֶׁצַּדִּיקִים מוּעָטִין - עָמַד וְשָׁתְלָן בְּכָל דוֹר וָדוֹר". איז ווי קען מען זאגן אז עס איז נישט דא קיין צדיקים אין יעדן דור? ווען חז"ל זאגן (חגיגה יב:) אז די וועלט שטייט נאר אויף צדיקים, און נאך זאגן זיי (סנהדרין צז:) אז אין יעדע דור זענען דא ל"ו צדיקים וואס זענען דבוק אינעם אייבערשטן, און זיי זענען זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער.
אנשטאט צו רעדן אין ברסלב פון די עצות וואס דער רבי געבט אונז, פון רעדן צום אייבערשטן און פונעם סדר דרך הלימוד, שטייט מען און מען רעדט נאר אז מען דארף אכטונג געבן פון מפורסמים של שקר; ליצי ליצנות, א בושה און א חרפה אז מען מאכט אוועק אלע ערליכע אידן, און דאס איז גורם אז מענטשן זענען ברוגז אויף ברסלב וכו'.
מיר האט געצויגן צו ברסלב פון ווען איך בין געווען א קינד, איך פלעג אייביג מקנא זיין די ברסלב'ער אידן, איך האב געוואוסט אז זיי זענען די באהאלטענע צדיקים אין אונזער דור, אבער עס פלעגט מיר שטערן געוויסע זאכן וואס דאס האט מיר מרחק געווען אלע יארן פון ברסלב, ביז איך האב זוכה געווען צו טרעפן מוהרא"ש זכרונו לברכה, און איך האב געזען אז אלע זאכן וואס האט מיר געשטערט איז נישט געווען אין היכל הקודש.
איינע פון די זאכן וואס האט מיר זייער געשטערט איז געווען, אז נאך זייענדיג א בחור ווען האב איך געטראפן ברסלב'ער אידן, פלעג איך זייער הנאה האבן צו שמועסן מיט זיי פון תכלית און פון התבודדות, און יעדעס מאל ווען איך האב געהערט פון זיי גוטע התחזקות פון רבי'ן, פלעג איך זאגן אז איך האב געזען די זעלבע התחזקות פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, און פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו, און יעדעס מאל פלעגט מען דאס אוועקמאכן מיט א ביטול, כאילו עס איז גארנישט דא אויסערן רבי'ן, און דאס פלעגט מיר זייער באדערן - פארוואס זיי מאכן אוועק אלע פריערדיגע צדיקים, און דאס איז געווען איינע פון מיינע עיקר מניעות נישט צו ווערן מקורב צום רבי'ן.
ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, און איך בין אנגעקומען אין היכל הקודש, און געהערט ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט נאך ביי יעדע שיעור פון אלע צדיקים, האב איך זיך געפרייט אז איך האב געטראפן א פלאץ פון אמת, א פלאץ וואו מען איז מכבד ערליכע אידן, און א פלאץ וואו מען איז צוגעקלעבט צו יעדע צדיק.
ר' נתן האט אמאל געזאגט: "איך פיר א שענערע טיש פון רבי'ן", און ווען דעם רבינ'ס טאכטער אדל האט דאס געהערט, האט זי געפרעגט ר' נתן צי ער האט טאקע אזוי געזאגט, האט ר' נתן געזאגט: "יא, מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס, טיש אבער אלעס איז בזכות דעם רבי'ן"; דערפאר, אז דו שרייבסט כאילו עס איז נייע זאכן, און דער רבי האט דאך געזאגט: "מִמֶּנִּי עַד מָשִׁיחַ, כְּבָר לֹא יִּהְיֶה חֲדָשׁוֹת", וויל איך דיר זאגן, אז אלעס וואס מוהרא"ש האט גערעדט און געשריבן, איז אלעס פון רבי'ן, און עס איז גארנישט קיין נייע זאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.