שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס רעדט איר קעגן אנדערע ברסלבע חסידים?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

שלום וברכה,
איך בין א ברסלבער בחור פון ארץ ישראל, און איך לערן אין א ברסלבער ישיבה, מיר הערן אויס אסאך פון אייערע שיעורים, און די פשיטות און תמימות אין דברי רביז"ל איז אונז זייער מחזק און מעורר צו זיך מחדש זיין אין רבינ'ס זאך כפשוטו, אן חכמות און גרויסע "עבודות".
עס שטערט אונז זייער שטארק די נקודה וואס אין די שיעורים - וואס אלע הערן אויס אין די גאנצע וועלט - רעדט איר אריין אנטקעגן אנדערע ברסלבער חסידים אזוי בפרהסיה, עס איז נישט כבוד פאר דער רבי!
אויך אויב עס איז דא ברלסבער חסידים וואס פירן זיך אנדערש ווי מוהרא"ש האט פארשטאנען, האבן זיי אויך א שטארקער רצון צו מקיים זיין דער רבינ'ס עצות.
דער רבי האט געזאגט "רק תחזיקו עצמכם ביחד אז תהיו אנשים כשרים", פארוואס דארף מען רעדן קעגן אנדערע ברסלבער חסידים, און נאך בפרהסיה?
שלומי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד הבחור שלמה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט מיר פארוואס איך מאך אוועק אנדערע ברסלב'ער וכו', היתכן, דער רבי האט דאך געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ריח) פאר דעם לעצטן ראש השנה, ווען אנשי שלומינו האבן געקרעכצט, און געפרעגט דעם רבי'ן: "אויף וועם לאזט אונז דער רבי איבער", האט דער רבי געענטפערט: "רַק אַתֶּם תַּחֲזִיקוּ עַצְמְכֶם בְּיַחַד, אָז תִּהְיוּ אַנָשִׁים כְּשֵׁרִים. וְלֹא כְּשֵׁרִים בִּלְבַד, אֶלָּא אֲפִילּוּ צַדִּיקִים וְטוֹבִים תִּהְיוּ", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען, וועט איר זיין ערליכע אידן, און נישט נאר ערליכע אידן, נאר גרויסע צדיקים וכו'. און אויף דעם פרעגסטו מיר פארוואס איך מאך אוועק אנדערע ברסלב'ער אידן; איך מוז דיר זאגן אז דאס איז פאר מיר זייער א חשוב'ע שאלה אויסצושמועסן, ווייל זייער אסאך פרעגן מיר דאס - פארוואס איך מאך אוועק אנדערע ברסלב'ער חסידים.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש זכר צדיק לברכה, און וויפיל איך זאל נאר דאנקען דעם אייבערשטן, איז נישט דא גענוג לויב ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם, ווייל ווען מען איז זוכה מקורב ווערן צום רבי'ן באקומט מען א נייעם שכל, א ריינער קאפ, און א לויטערן מח; מען לעבט מיטן אייבערשטן, מען לעבט מיט תכלית - מען ווייסט אז איין טאג וועלן מיר דארפן אוועק גיין פון דער וועלט, מען וועט זיין א גוסס און א נפטר, און דעמאלט וועט גארנישט איבער בלייבן פון אונז, נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מיר האבן זוכה געווען אריין צו כאפן יעדן טאג.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס אריין פרעגלען אין אונז יעדע וואך ביים שיעור, און דאס שטייט אין אלע זיינע הייליגע ספרים; אז א מענטש זאל וויסן אז ער האט נישט קיינעם אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן! און ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען מער און מער נענטער צו אים, און דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ".


מוהרא"ש האט דערציילט, אז ווען ער האט געכאפט זיין הארץ אטאקע לא עלינו, איז ער געזיצן אונטן אין זיין צימער, שפעט ביינאכט, און ער האט געשפירט ווי ער קען נישט אטעמען (אזוי ווי מען שפירט ווען מען כאפט אן הארץ אטאקע); ער האט נישט געוואוסט וואס צו טון און וועם צו רופן, "אבער איין זאך האב איך געהאט – תפילה! איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל נאך קענען ארויף גיין אין שטוב, אז מען זאל זען ווי איך ווער נפטר, און נישט בלייבן דא איינגעשפארט אליין, דעמאלט האב איך געזען - האט מוהרא"ש געזאגט - פשט אין דעם חז"ל, אז נאר דאס נעמט א מענטש מיט לבית עולמו".


אזוי אויך איז מיט תורה; דער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו), א גרינגע געשמאקע וועג צו לערנען און צו מצליח זיין אין תורה - אז מען זאל לערנען שנעל, און נישט בלייבן שטיין אויף איין פלאץ ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט, נאר מען זאל ווייטער לערנען, און במשך הזמן ווען דער מענטש וועט עס איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל וועט מען עס זוכה זיין צו קענען גוט; ווען א מענטש געוואוינט זיך צו אזוי צו לערנען, ער ווארפט אוועק זיין שכל, און ער פאלגט דעם רבי'ן, איז ער זוכה ביז א קורצע צייט צו ענדיגן כל התורה כולה.


ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש האט זיך מיר געעפענט א נייער וועלט, איך האב אנגעפאנגען צו לעבן מיטן אייבערשטן, איך פלעג גיין יעדע וואך צום שיעור ליל שישי, מוהרא"ש פלעגט אנהייבן מיט די וואכעדיגע סדרה און אריין געפלאכטן די פרשת השבוע מיט דעם רבינ'ס הקדמות, און אריין געברענגט אין אלעמען אזא גילוי אלוקות, אז אלע האבן מיר זיך געשפירט ווי מיר זענען נישט דא בזה העולם, יעדער האט פארגעסן פון זיינע צרות; אפילו מען איז געקומען צעבראכן - יעדער מיט זיינע איבערגייעכטס, אבער נאכן שיעור זענען מיר אלע געווען פרייליך מיט א שטארקע אמונה.


ויבוא השטן - מען האט אנגעפאנגן צו רעדן צו מיר אנקעגן מוהרא"ש פון אלע זייטן, פלוצלינג האב איך באקומען חברים, פלוצלינג האב איך באקומען משפחה, יעדער איינער האט געהאט עפעס וואס צו זאגן פארוואס איך זאל אוועק גיין פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, און דער עיקר האט מען גערעדט צו מיר אויף מוהרא"ש בשם די "זקנים" פון ברסלב, אז זיי אליין זאגן אויף אים אז דאס איז נישט ברסלב וכו' וכו'; איך בין געווארן אינגאנצן צעטומלט און מבולבל, ווייל פון איין זייט האב איך געוואוסט ביי מיר אז עס קען נישט זיין אמת די אלע לשון הרע'ס, ווייל איך קוק אויף מיר און איך זע אז עס איז אריבער א יאר וואס איך דריי זיך אין היכל הקודש, און אלעס האט זיך נאר געטוישט ביי מיר צום גוטן - לערנען, דאווענען, שלום בית, שמחת המצות, און בעיקר שפירן א נאנטקייט צום אייבערשטן, איך בין געוואויר געווארן אז מען קען זיין דא אויף דער וועלט, און אין דער זעלבע צייט זיין דבוק צום אייבערשטן, אבער פון דער אנדערע זייט זאגט מען מיר נאך מימרות פון זקנים פון 'אֶחְטֶא' ברסלב'ער אנקעקן היכל הקודש, עד כדי כך אז עס האט געפעלט א האר אז איך זאל אלעס פארלירן.


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב זיך געמאכט א חשבון, און געקוקט אויף מיר אליין; דער רבי זאגט דאך (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן סז): "וְהָעִקָּר לְהִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ", א מענטש דארף קוקן אויף זיך, 'וואס גייט מיר אן וואס דער נאר האט געזאגט, און וואס דער טיפש האט געזאגט; אויב איך האב געטראפן א רבי וואס איז מיך מחיה און מחזק, זאלן אלע רעדן אויף אים, זאלן אלע שרייען אז מען האט נישט געהאלטן וכו', איך וועל דעם רבי'ן נישט אפלאזן'.


אז דו וועסט גוט בודק זיין אין ברסלב, וועסטו זען, אז רובם ככולם זענען מקורב געווארן דייקא דורך מוהרא"ש זכרונו לברכה אדער דורך זיינע ספרים, און אלע האבן אים איבערגעלאזט צוליב די בעלי מחלוקות ומחרחרי ריב וואס דרייען זיך אין ברסלב, און זיי פארופן זיך ברסלב'ער.


פאר דו שרייבסט מיר אז איך מאך מחלוקת, אז איך מאך אוועק ברסלב וכו', זאלסטו וויסן אז שוין פערציג יאר איז מען מבזה מוהרא"ש און אלע תלמידי היכל הקודש; מען האט געשריגן, און מען שרייט נאך אלץ, אז היכל הקודש איז נישט ברסלב נאר דאס איז אייגענע זאכן וכו'.


איך געב דיר א קליינע דוגמא; עס האט זיך געעפענט פאר יאר א ישיבה אין מאנסי - א ברסלב'ער ישיבה, זייער פיין, יגדיל תורה ויאדיר, הלואי זאלן זיין צענדליגער און הונדערטער ישיבות על שם רבינו, אבער הער וואס זיי זאגן, און וואס זייער ניגון איז; זיי שרייבן: "היסטאריע!! דער ערשטער ברסלב'ער ישיבה אין אמעריקא", איינער ברענגט מיר א בראשור פון די ישיבה, און יעדע צווייטע ווארט איז: "חסדי השם, דער רבי קומט אן קיין אמעריקא!" "די ערשטע ברסלב'ער ישיבה אין אמעריקא!" דו ווייסט אז נאך איידער דער ראש ישיבה איז געבוירן, און נאך פאר זיין טאטע איז געבוירן האט זיך מוהרא"ש זכרונו לברכה שוין מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן דעם רבי'ן, נישט נאר אין אמעריקא, נאר אין דער גאנצער וועלט! פופציג יאר האט מוהרא"ש געהאט א ישיבה אין בארא פארק, "ישיבה ומתיבתא היכל הקודש ברסלב", וואס איז די חוצפה צו שרייבן אז יעצט האט זיך געעפענט די ערשטע ברסלב'ער ישיבה?!


איך האב געעפענט א ישיבה אין וויליאמסבורג פאר ניין יאר צוריק – שנת תשס"ט – "ישיבה תפארת התורה ברסלב"; פרעג נישט וואס איך בין אריבער, און וואס איך גיי נאך יעצט אריבער; מען האט מיר מבזה געווען, מען האט געמאכט הפגנות אויף מיר, טאג נאך טאג, און נישט נאר אנקעגן מיר, נאר יעדע צופרי פלעגן קומען פרויען מיט גרויסע טאוולען מבזה זיין מיין ווייב און קינדער; מען האט ארויס געווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, מען האט מיר גערופן צו דין תורה, מען האט מיר גע'מסר'ט, יעדע שני וחמישי איז געווען די גאסן ווייס פון פאשקעווילן מיט סתם הוצאת שם רע אויף מיר (וואס אגב, איך בין קיינמאל נישט מוחל די וואס האבן אויף מיר מוצא שם רע געווען), מען האט ארויס געגעבן קונטרסים אנקעגן מיר וכו' וכו', וואס איז יעצט געשען אז דער כלומר'ישע מנהג פון ברסלב שרייבט: "ברוך שהחיינו וקימנו, אז מען איז זוכה צו עפענען דאס ערשטע ישיבה אין אמעריקא"?! פאר דו שרייבסט מיר אז איך פארשעם ברסלב, זאלסט וויסן אביסל און שפירן אביסל, וואס מען האט געטון מיט מוהרא"ש זכרונו לברכה במשך אלע יארן.


איך געב דיר נאך א דוגמא; אלע יארן האט מען געשריגן און פארשעמט ווער עס האט געדאווענט ביי מוהרא"ש אין אומאן, מען האט געזאגט אז ווער עס דאווענט ביי מוהרא"ש האט נישט יוצא געווען דעם קיבוץ הקדוש, און עס איז א שאד געווען צו קומען קיין אומאן, ווייל מען דארף דאווענען נאר אין קלויז, ווייל אזוי האט דער זקן נאכגעזאגט פון דעם טיפש וכו'. איך געדענק ווען איך בין געקומען דאס ערשטע מאל קיין אומאן אויף ראש השנה, אין יאר תשס"ו לפ"ק, פרעגט מיך איינער: "וואו האסטו געדאווענט?" מען האט געהאלטן די ערשטע נאכט נאך מעריב - זאג איך אים: "ביי מוהרא"ש", זאגט ער מיר: "דו האסט נישט יוצא געווען די קיבוץ"; הלואי וואלט איך ווען געהאט א ראש ישיבה וואס זאל מיר אנגרייטן און חוזק מאכן פון די עכטע ברסלב'ער וואס זיי זענען פארנומען מיטן 'אני ואפסי עוד', כדי אז איך זאל מיך נישט וויסענדיג מאכן פון אים, נאר אים צוריק זאגן: "אזוי?! איך האב נישט יוצא געווען דעם קיבוץ, דו האסט נישט יוצא געווען דעם קיבוץ!" למעשה האב איך נישט געהאט א ראש ישיבה וואס זאל מיך אנגרייטן אויף דעם, איך האב נאך גארנישט געוואוסט, בין איך אוועק געגאנגען פון היכל הקודש, און געגאגנען דאווענען אין קלויז ביי דעם קיבוץ. ערשט שפעטער אינמיטן יאר טראכט איך צו מיר: "איין מינוט, וואס האב איך געטון, ווער האט מיר געברענגט צום רבי'ן? ווער האט מיר געמאכט לערנען דעם רבינ'ס ספרים? פארוואס זאל איך נאכגיין נאך שיחות פון זקנים וכו'?!" דעם קומענדיגן יאר האט מיר שוין קיינער נישט געקענט פארדרייען דעם קאפ.


קוק וואס איז היינט געשען מיט אלע שרייערס, אלע מאכן זיך באזונדערע מנינים; וואס איז געשען? פלוצלינג דארף מען שוין נישט דאווענען אין קלויז מיטן קיבוץ? וואס איז געשען אז מען קען שוין דאווענען באזונדער, פון דעם קענסטו זען אז דאס איז איין גרויסע בלאף וכו'.


איך קען נישט פארגעסן ווען איך בין געווען מנחם אבל זיין מוהרא"ש זכרונו לברכה, ווען ער איז געזיצן שבעה נאך זיין ברודער דער טאקיי'ער רב זכרונו לברכה, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "יואל, דו מיינסט אז עס שטערט מיר אז מען רעדט אויף מיר, דו מיינסט אז עס באדערט מיר; גלייב מיר, עס רירט מיר נישט ביי מיין נאגל פון מיין קליינע פינגער. נאר וואס דען, איך זיץ ביים וואסער, איך בין א לייף-גארד (מציל), איך זע קערפער דערטרענקן זיך, ווארף איך אויס מיינע שטריק זיי צו ראטעווען, קומט איינער און שניידט אפ יעדן שטריק, פרעג איך דיר, וואס איז דער מענטש - נישט קיין רוצח? דערפאר - זאגט מיר מוהרא"ש - דארף איך רעדן ביי די שיעורים, און מגלה זיין זייערע פרצופים, אז מען זאל נישט האבן קיין התפעלות וכו'".


דאס זעלביגע זאג איך דיר, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו טון מיט בני הנעורים; וואס זאל איך דיר זאגן, מען קען ראטעווען אלע בחורים, נאר וואס דען, דער ס"מ שטעלט אויף מענטשן וואס זאלן אפרעדן וכו'. איך טרעף א בחור וואס לייגט נישט קיין תפילין, פון אינדרויסן זעט מען גארנישט אויף אים, אבער שטילערהייט איז ער פיל מיט קשיות אויף די אמונה, איך רעדט צו אים, און ענדליך צינד איך אן זיין אידישער פינק, און ער הייבט אן לערנען, און הייבט אן פאלגן דעם הייליגן רבי'ן וכו', ביז ער טרעפט איינעם וואס פארופט זיך א ברסלב'ער, און הייבט אים אן צו פארדרייען דעם קאפ, 'עס איז נישט ממש אזוי', 'עס איז נישט אהער', 'עס איז נישט אהין', וואס האט יענער געטון? אפגעשניטן דעם שטריק אויף וואס יענער וואלט זיך געקענט ראטעווען! און דאס איז נישט איין מעשה, דאס האב איך יעדן טאג.


איך האב נאך גארנישט אנגעהויבן צו שרייבן, אבער איך האב נישט קיין צייט ווייל איך דארף לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.