תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געליינט א שארפע בריוו פונעם ראש ישיבה קעגן עלטערן וואס איילן זיך נישט צו טון א שידוך מיט זייערע קינדער. דער ראש ישיבה שרייבט דארט, "פלאי פלאים! אלעס טוט מען, אלעס מאכט מען, אבער ווען דאס קינד בעט די עלטערן: "איך וויל חתונה האבן", "איך וויל א שידוך" - נעמט מען ארויס פון שאנק א שיינע העכערע סארט ווארט און מען הויבט אן זאגן: "עס איז באשערט", "עס איז נאכנישט באשערט", "עס וועט קומען די באשערטע מינוט". אלעס ביז אהין טוט מען און מען מאכט, אלעס אין די וועלט גייט אן, מען רעדט נישט פון באשערט; אז מען מאכט א טעות, מען פארשפעטיגט די צייט - שרייט מען, אז מען האט עפעס אויסגעגאסן - כאפט מען קולות; נישט קיין באשערט, נישט קיין אמונה, און ווי נאר דאס קינד בעט: "איך וויל חתונה האבן", "איך וויל זיין ריין", "איך וויל בויען מיין שטוב" - הויבט מען אן זינגען די ניגון פון באשערט. בעט דיינע עלטערן, זיי אפן מיט זיי; זיי טוען וואס איז גוט פאר זיי, דו זאלסט אויך טון וואס איז גוט פאר דיר אליינס, דו דארפסט חתונה האבן, אנהויבן דיין לעבן".
און איך וויל פארשטיין, ווי נעמט מען די חוצפה צו טרינקען בלוט פון עלטערן צוליב רחמנות אויף די קינדער?! אויב אין דעם ספעציפישן פאל ווייסט איר אפשר אז דאס איז די מעשה, ווי אזוי ווייסט איר אבער וואס טוט זיך ביי אנדערע, אז איר קענט דאס שרייבן פאר יעדן?
וויפיל עלטערן לאזן יעדן טאג טרערן וועגן שידוכים פאר זייערע קינדער. וועט איר זאגן אז זיי וועלן זיך צו שטארק? זיי מעגן מחולק זיין מיט אייך, זיי מיינען נאך אזוי שטארק די טובה פון זייער קינד ווי אייך, אפשר האלטן זיי אז מען דארף יא ווארטן אביסל צו טרעפן עפעס א בעסערע שידוך פאר זייער קינד.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מיט מיר קענסטו מחולק זיין, אבער מיט די הייליגע חז"ל קען קיינער נישט מחולק זיין; זאל מען זיין ווי גרויס מען זאל נאר זיין.
די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סג.): "נָחִית דַּרְגָּא", גיי אראפ א שטאפל, "נָסֹב אִיתְּתָא", און האב חתונה; די הייליגע חכמים זאגן מען זאל זיך נישט וועלן, מען דארף אראפגיין א מדריגה און חתונה האבן; ווי מעג מען לאזן קינדער ווארטן און ווארטן פאר פארשטונקענע כבוד המדומה?!
על פי רוב טוט מען נישט קיין שידוכים מיט די קינדער נאר צוליב כבוד, יחוס; מען זיך א שידוך זאל פאסן, א מיחוס'דיגע זאך, א משפחה מיט א אויסרופליכע נאמען, א משפחה וואס וועט ברענגען כבוד; פרעג איך דיר, וועגן אביסל גאווה מעג מען מְעַגֵן זיין די זין און טעכטער? דאס הייסט רחמנות'דיגע עלטערן? צו לאזן די קינדער פאלן אין עבירות רחמנא לצלן פאר פארשטינקענע כבוד? דאס איז רחמנות?!
מוהרא"ש זאגט, די עלטערן וואס האלטן אפ שידוכים פאר די קינדער - אויף זיי איז געזאגט געווארן (איכה ד, י): "יְדֵי נָשִׁים רַחֲמָנִיּוֹת" די רחמנות'דיגע מאמעס, "בִּשְּׁלוּ יַלְדֵיהֶן" האבן אפגעקאכט זייערע קינדער, גע'הרג'ט זייערע קינדער; די קינדער פאלן אין ביטערע עבירות, אזויפיל קינדער גייען ארויס לתרבות רעה - נאר צוליב דעם; זיי ווילן חתונה האבן און מען לאזט זיי נישט, מען שטעלט א פנים ווי מען מיינט זייער גוטס; דאס איז אכזריות - נישט קיין רחמנות.
עס זענען דא עלטערן וואס ווילן נישט אויסהערן קיין שידוכים מיט'ן אויסרייד: "מיר האבן פשוט רחמנות אויף אונזער זון, אויף אונזער טאכטער; פארוואס זאלן זיי אזוי יונג חתונה האבן?" די עלטערן זאגן: "ענדערש זאלן זיי בלייבן אין שטוב פאר נאך אפאר יאר; מיר ווילן זייער גוטס, מיר מיינען זייער טובה"; דאס איז נישט אמת, דאס איז א גרויסע טעות; וואלט מען באמת רחמנות געהאט אויף די קינדער - וואלט מען זיי חתונה געמאכט יונג, די עלטערן ווייסן נישט, אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט - וואס גייט אריבער אויף בחורים און מיידלעך; עס איז דאך א פחד, א שרעק - וואס טוט זיך אויף די וועלט, עס פלאקערט א פייער פון ניאוף, בני הנעורים פאלן נעבעך אין ביטערע עבירות, און די איינציגסטע וועג זיי צו ראטעווען איז נאר דורך זיי חתונה מאכן; דאס איז רחמנות, דאס איז ליבשאפט; לאזן ווארטן די קינדער, זיך וועלן - דאס איז רשעות!
ווי קען מען זיין קלוגער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה וואס זאגן (סנהדרין עו:): "הַמַּדְרִיךְ בָּנָיו וּבְנוֹתָיו בְּדֶרֶךְ יְשָׁרָה", דער וואס פירט זיין שטוב, די זין און טעכטער - אויף די ריכטיגע וועג, "וְהַמַשִׂיאָן סָמוּ לְפִרְקָן", און ער מאכט זיי חתונה יונג, "עָלָיו הַכָּתוּב אוֹמֵר", אויף אים איז געזאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶךָ"; בפרט היינטיגע טעג וואס מען ליידט זיך צאם אזויפיל פון די יוגענט, דאס קומט נאר פון דעם ווייל מען מאכט זיי נישט חתונה יונגערהייט, ווער רעדט נאך ביי טעכטער, דארט זאגן דאך די הייליגע חכמים קלאר (פסחים קיג.): "בִּתְּךָ בָּגְּרָה", ווען דיין טאכטער ווערט צוועלף יאר, "שַׁחְרֵר עַבְדְּךָ", באפריי דיין קנעכט, "וְתֵן לָהּ", און מאך איר חתונה מיט אים, אז זי זאל נישט אנקומען צו טון עבירות.
ווי מעג מען אפזאגן א שידוך? ווי מעג מען אפהאלטן א שידוך? ווי מעגן עלטערן זיך אריינמישן ווען עס איז א קלארע הלכה אן קיין איין חולק (רמ"א ביורה דעה סימן רמ, סעיף כה): "וְכֵן אִם הָאָב מוֹחֶה בַּבֵּן לִשָּׂא אֵיזוֹ אִשָּׁה שֶׁיַּחְפֹּץ בָּהּ הַבֵּן, אֵין צָרִיךְ לִשְׁמֹעַ אֶל הָאָב", עלטערן קענען נישט אפהאלטן דעם קינד פון חתונה האבן; דער קינד קען מאכן די שידוך אפילו זיי ווילן נישט, און זיכער אויב ער פאלט אין עבירות רחמנא לצלן, איז ער מחויב חתונה צו האבן; דאס איז א קלארע הלכה אן קיין איין חולק.
ווער עס זעט וואס גייט פאר היינטיגע טעג מיט די יוגענט - שטייט פארלוירן, מען ווייסט נישט וואס צו טון; עס וועט גארנישט העלפן, די אלע אסופות העלפט נישט; עס וועט גארנישט העלפן, עס וועט גארנישט ניצן, איין עצה איז דא, נאר איין עצה: "חתונה מאכן די קינדער יונג, ווען זיי זענען נאך ריין" - דאס וועט ראטעווען דעם דור.
וואויל איז פאר די עלטערן וואס מאכן חתונה די קינדער יונגערהייט, זיי קוקן אויף די טובה פון די קינדער; זיי קוקן נישט אויף נארישע כבוד, נארישע סברות.
א טייל זאגן: אויב מיר וועלן ווארטן נאך אפאר יאר - וועט דער בחור אדער טאכטער ווערן בעסער, ער וועט זיך קענען משלים זיין בתורה ועבודה; הבל הבלים, נארישקייטן, עס איז נישט אמת; מען ווערט נישט בעסער, מען ווערט נאר ערגער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קדושין כט:): "אִם אִי אֶפְשָׁר לוֹ בְּלֹא אִשָּׁה", אויב איז אים נישט מעגליך צו זיין אן א ווייב, "יִשָּׂא אִשָּׁה", זאל ער חתונה האבן, "וְאַחַר כַּךְ יִלְמֹד תּוֹרָה", און נאכדעם לערנען תורה; ווער רעדט נאך אז מען קען אנקומען צו די צוואנציג יאר, זאגן חז"ל (שם): "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה", אויב מען איז נישט חתונה געהאט ביי די צוואנציג, "כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", וועט ער זיין גאנץ לעבן טראכטן שלעכטס, ווייל הרגל נעשה טבע, וואס מען געוואוינט זיך צו צו טון - דאס ווערט א נאטור, און וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין ווייב אין די יונגע יארן, און ער האט זיך איינגעוואוינט צו נישט גוטע מחשבות, אויב וועט ער נישט תשובה טון וכו' - וועט זיך דאס ציען זיין גאנץ לעבן; ווי קען מען זיין קלוגער ווי די הייליגע חכמים? דאס איז יראת שמים? דאס איז ערליכע עלטערן?
דו שרייבסט אז די עלטערן וואס וועלן זיך מיינען נאך אזוי די טובה פאר די קינדער וכו'; קיינער קען נישט זאגן אנדערש ווי די הייליגע חכמים, איינער וואס זאגט אנדערש פון די תורה איז א נאר, א טיפש; אז מען ווארט און מען וועלט זיך - ווערט מען נישט בעסער, עס איז ליגנט, עס איז שקר ווי עבודה זרה. די הייליגע חכמים זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר", ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן מיט א ריינקייט, מיט א הייליגקייט, "נוֹשֵׂא אִשָּׁה", זאל חתונה האבן, "וְלוֹ בָּנִים", ער זאל זיין מיט א ווייב און האבן קינדער; ווייל ווי לאנג מען איז נישט חתונה געהאט איז מען א האלבע גוף.
נאך זאגן זיי (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס אן א ווייב, "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה", דער לעבט אן קיין שמחה, "בְּלֹא בְּרָכָה", דער לעבט אן קיין ברכות, "בְּלֹא טוֹבָה", דער ווייסט נישט וואס מיינט גוט, "בְּלֹא תּוֹרָה", מען האט נישט קיין תורה, "בְּלֹא חוֹמָה", מען לעבט אן קיין מויער, "בְּלֹא שָׁלוֹם", אן קיין פרידן; די אלע זאכן האט מען נישט פאר די חתונה, דער מדרש (בראשית רבה יז, ב) לייגט צו נאך זאכן וואס פעלט פאר'ן חתונה האבן, "בְּלֹא עֵזֶר", מען האט נישט קיין העלפער, "בְּלֹא כַּפָּרָה", מען האט נישט קיין פארצייער, "בְּלֹא חַיִּים", עס איז נישט קיין לעבן.
אלע צדיקים האבן חתונה געהאט יונג און חתונה געמאכט זייערע קינדער יונג, ווייל נאר אז מען האט חתונה - איז מען אפגעהיטן. דער הייליגער זוהר זאגט (האזינו רצו.): "מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי פְּלַג גּוּפָא", ווער עס האט נישט חתונה - איז א האלבע זאך, "וְלֵית בִּרְכָתָא שַׁרְיָא בְּמִלָּה פְּגִימָא וַחֲסֵירָא, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", די ברכה קען נישט זיין אין א האלבע זאך, נאר אין א גאנצע זאך; נאך זאגט דער הייליגער זוהר (אחרי, נט:) "רֶבִּי יִצְחָק אָמַר", דער הייליגער רבי יצחק זאגט: "בְכָל אֲתַר דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָאו כְּדַאי לְמֵחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ווער עס האט נישט חתונה - איז נישט ווערד צו זען די פנים פון די שכינה; פריער אין פרשת ויקרא (ה.) שטייט: "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא", ווער עס האט נישט חתונה, "כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ", דער האט נישט קיין שום לויב, "וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם", דער איז נישט גערעכנט פאר א מענטש, "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", און ער איז נישט ווערד צו ווערן געבענטשט.
ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות, האב רחמנות אויף דיינע קינדער און זאג נישט אפ קיין איין שידוך; שטופ עס נישט אפ קיין איין טאג, קוק וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (קידושין כט:) רב חסדא האט אויסגערומט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא, אז ער איז א גרויסער מענטש, האט רב הונא געבעטן פון רב חסדא, איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן. "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא", פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית, האט אים רב המנונא געענטפערט, ווייל איך האב נאכנישט חתונה געהאט, "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", דעמאלט זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.