תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט מוז איך זיך זייער באדאנקען, זייט מיר האבן אנגעהויבן הערן די חיזוק און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א האט זיך אונזער לעבן גאר שטארק פארבעסערט, ספעציעל איז אונזער שלום בית געווארן גאר שטארק בעסער.
איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן. ערשטנס, מיר האבן זיך טאקע פארבעסערט אין גאר אסאך הינזיכטן זייט מיר זענען מקורב געווארן צו ברסלב, אבער עס שטערט מיר אז מיין מאן האט אנגעהויבן לאזן וואקסן זיין בארד, עס שטערט מיר שטארק די וועג ווי אזוי ער זעט אויס מיט א בארד, כאטש וואס איך ווייס די חשיבות דערפון.
צווייטנס וויל איך פרעגן וועגן שערן מיין האר, דאס איז א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט געטראכט אפילו אז איך גיי עס טון, אבער זייט מיין מאן הערט די שיעורים שטערט אים זייער אז איך שער נישט די האר, ער דערמאנט מיר עס כסדר, ער האלט אין איין זאגן אז ער שפירט אז די שכינה רועט נישט אין אונזער הויז צוליב דעם. עס טוט מיר וויי אז איך קען אים דאס נישט געבן כאטש ער וויל עס אזוי שטארק, עס איז מיר שווער צו גלייבן אז טראץ די פילע אנדערע גוטע זאכן וואס מיר טוען, וועט די שכינה נישט רוען ביי אונז נאר צוליב'ן נישט שערן די האר.
אויף דערווייל איז דאס נישט זאך וואס איז מיר מעגליך צו טון, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אביסל אויסקלארן דעם ענין, פאר מיר און פאר מיין מאן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
בארד און פיאות איז זייער א הייליגע זאך, עס זאל אייך נישט שטערן אז אייער מאן לאזט זיך וואקסן בארד און פיאות; דאס וועט ענק ברענגען פרנסה, דאס וועט ענק ברענגען ערליכע דורות.
איר קענט זאגן פאר אייער מאן ער זאל אריינדרייען זיין בארד, אבער איר זאלט אים חס ושלום נישט זאגן ער זאל שניידן די בארד. ווייל דער הייליגער זוהר הקדוש רופט די בארד: "די הייליגע רערן"; די בארד ברענגט די גאנצע שפע, די גאנצע פרנסה.
בנוגע זיך שערן וכו'; מען קען נישט צווינגען דאס צו טון, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א געפיל צו פאלגן די הייליגע צדיקים וואס האבן אזויפיל גערעדט און געבעטן אידישע קינדער זאלן זיך פירן הייליג און ריין. די הייליגע צדיקים פלעגן וויינען צו אידישע טעכטער זיי זאלן זיך שערן די האר, ווייל דאס האלט אפ די גאולה.
דער הייליגער צדיק, דער מלאך פון הימל, דער סאטמערער רבי זכותו יגן עלינו - האט געוויינט כל נדרי ביינאכט צו די ווייבער און זיי געזאגט: "וועגן אביסל האר האלט זיך אפ די גאולה".
מיט תפילה קען מען זוכה זיין זיך צו טוישן אינגאנצן.
איר קענט ווייזן דעם בריוו פאר אייער מאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.