שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס שפירן זיך די פרויען ווי צווייט קלאסיג?
חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פארוואס ביי אידן שפירן זיך די פרויען ווי צווייט קלאסיג, אזוי ווי זיי זענען דא בלויז צו באדינען די מענער, און צושטעלן קינדער?


איך וועל איך זיך פרייען אויב איר וועט דאס מיר ערקלערן.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר שרייבט אז ביי אידן זענען די פרויען צווייט-קלאסיג וכו' - איז נישט אמת, נאר עס איז פונקט פארקערט; ביי אידן זענען די פרויען ערשט קלאסיג, אזוי ווי מיר זעען אין די תורה אז ווען משה רבינו איז ארויף אויפן בארג סיני נעמען די תורה פאר די אידן, האט דער אייבערשטער אים געזאגט ער זאל קודם גיין צו די פרויען און נאכדעם צו די מענער, אזוי ווי עס שטייט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל", "בית יעקב" דאס זענען די פרויען "בני ישראל" דאס זענען די מענער; פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו ער זאל קודם רעדן צו די פרויען און ערשט נאכדעם צו די מענער? ווייל אלעס איז אנגעהאנגען אין די פרוי; אז די פרוי פירט זיך ערליך וועלן איר מאן און קינדער אויך זיין ערליך, און אז די פרוי פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין וועלן אירע קינדער נישט אויסוואקסן ערליכע אידן.


ביי ערליכע אידן איז די פרוי די קרוין פון די משפחה; שלמה המלך זאגט (משלי יב, ד): "אֵשֶׁת חַיִל עֲטֶרֶת בַּעְלָהּ", א וואוילע פרוי איז ווי א קרוין פארן מאן, זי איז א כבוד פאר די גאנצע משפחה, "וּכְרָקָב בְּעַצְמוֹתָיו מְבִישָׁה", און א פרוי וואס פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין איז ווי א פארפוילטע ביין, אלע שעמען זיך מיט איר; ווייל די גאנצע משפחה, די מאן און די קינדער אלע זענען אנגעהאנגען אין די פרוי.


איך ווייס נישט וואו איר האט באקומען די הרגשה אז פרויען זענען צווייט-קלאסיג, אבער אין ברסלב לערנט מען פונקט דאס פארקערטע. דער הייליגער רבי האט זייער געהאלטן פון די תמימות וואס פרויען האבן, ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן; פרויען האבן אין זיך א מורא'דיגע תמימות, דערפאר זענען זיי נענטער צום אייבערשטן, ווייל ווי מער מען פירט זיך בתמימות ובפשיטות אלץ מער רעדט מען צום אייבערשטן.


מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אזא דיבור: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט; פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי האט געהאלטן פון די תפילות פון פרויען.


איך ווייס נישט וואס מאכט אייך טראכטן אז פרויען זענען צווייט-קלאסיג; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער האט צוגעזאגט שכר פאר פרויען מער ווי פאר די מענער, ווייל אין זייער זכות איז דא תורה ביי כלל ישראל; די פרויען שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה און ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.